עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-3zyzvm87

kind
paragraph
order
7k
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז דאך אויך דער נמשל מזה וואס מ'לערנט אפ, אז יעדער איד און יעדער אידיש קינד איז דאס ווי מ'זאגט אין פורקי אבות, דאס איז מעשה ידו לאיתפעור דאס איז אזוי ווי א גרויסער קותם און א גרויסער גוויר טראגט קליידער, אבער ס'איז ניט איינפאכע קליידער, נאר דאס איז שיינע קליידער און טייערע קליידער, און קליידער פארבונדן מיט אבנים טובות ומרגליות, וכמדובר כמה פעמים דעם נמשל בזה וכו.' אזוי איז אויך יעדער איד, אנהויבנדיק פון קליינע קינדער, איז די שליחות פון א קליין אידיש קינד איז, אז ער זאל נעמען א גשמיות'דיקע זאך, אז בשעת ער זעט אז ער דארף גיין עסן אדער עסן א פרי אדער טרינקען וואסער, וואס דאס איז דאך א גשמיות'דיקע זאך און ס'איז פארבונדן און געפינט זיך אויך בא ניט-אידן דער חילוק איז אבער, אז א אידיש קינד, אז ער טרינקט וואסער, איז פאר דערויף מאכט ער א ברכה שהכל נהי'בדברים פון דעם אויבערשטן, וואס דורך דערויף נהויבט ער צו די וואסער צו דעם אויבערשטן. אפילו אז די וואסער געפינט זיך אין א טייך אדער אין א ים, און ס'גייען דורך ניט-אידישע קינדער אדער ניט-אידישע ערוואקסענע און ווייסן ניט, פילן ניט קיין זאך, וויבאלד אז ס'גייט דארטן דורך א קינד, וואס מ'האט אים דא אויפגעהאדעוועט, אז ע דארף מאכן א שהכל נהי'בדברו איידער ער טרינגט וואסער, איז דערפון ווערט דאס דערנאך ביי אים, אז מ'דארף אים ניט דערמאנען יעדער מאל באזונדער, נאך בשעת ער גיט א טרונק, צי אינדערפרי אויפשטייענדיק אדער פארן ביי טאג וכיוצא בזה, צי דאס איז וואסער מאכט ער א ברכה, און אין וואס באשטייט די ברכה אויף וואסער? אז ער דערמאנט דאס, אז כאטש אפילו
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions