Paragraph
Paragraph rh-3zdcyds1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wjskn0f9
- order
- p
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און יהי רצון, אז דאס זאל נאכמערער צוהיילן, ובפרט נאך אז יעדערער וועט אויסנוצן און וועט אויך משפיע זיין בכל מקום שהוא, מ'וועט דאס זיכער איבערגעבן אין די ערטער וואס מ'הערט דאס, הערן זיך דאס שוין גלייך בשעת'ן ריידן, אט די וואס מאיזו סיבה שתהי'הערן זיי ניט וועט מען אויך דארטן איבערגעבן די כל הענינים האמורים. און לכל לראש בנוגע למעשה בפועל, אז מ'זאל מאכן פון דעם גאנצן יאר א יאר וואס קיים אינש אדעתו דרבו, און א יאר וואס נתן לכם הוי'לב לדעת און עיניים לראש און אזניים לשמוע, מיט די אלע ענינים וואס ער רעכנט אויסן פסוק לאחרי זה. ועוד והוא העיקר, מ'זאל נאכמערער מוסיף זיין אין לימוד תורתו פון דעם בעל ההילולא, בפרט נאך אז ס'האט זיך ערשט אפגעדרוקט אין די טעג ממש, איבערגעדרוקט נאכאמאל פון זיינע מאמרים, האט זיך אויך אפגעדרוקט נאך ענינים פון פנימיות התורה, וואס ערשט אפגעדרוקט א טאג פאר דעם, אדער דעם טאג ממש, אדער צוויי טעג פאר דערויף וכו,' האט דאך דאס דער חביבות מיוחדה פון תורה חדשה ממש, ניט נאר כחדשה, און מ'דארף דערצו נוצן עבודה אויף מאכן דערפון אז ס'זאל זיין דער גאנצער שטורעם פון חדשה, ווארום דאס איז תיכף וממש חדש, אפילו אז מ'האט איבערגעדרוקט פריערדיקע, איז דאך אויך על פי רוב קומט צו אויך הארות ומראה מקומות וכו נוסף אויף די חביבות וואס מ'האט דאס אלס א דבר חדש, ועוד והוא העיקר, אז מ'זאל דאס מפיץ זיין, צוזאמען מיט הפצת המעיינות חוצה, אין וועלכע דער בעל ההילולא האט געגעבן כח און זיך געקאכט אין דערער, און פון אנגעזאגט און איבערגעזאגט, און געמאנט, צוזאמען מיט די טאקע בדרכי נועם ובדרכי שלום, אבער בתוקף המתאים.
- proofread
- 0