עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-3zakxnk4

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז סיי משפיע און סיי מקבל, איז דאך פארשטאנדיק אז ביי א אידן קומט-צו א דריטער אופן אין עבודה, אז ס'דארף זיין ביידע זאכן צוזאמען, סיי אלס משפיע און סיי אלס מקבל, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, די משלים אויף משפיע און מקבל איז דאך פון לימוד התורה ווי א רב פון תלמיד, איז דאך אויך דא ווי א רב לערנט מיט תלמידו, איז מערניט ווי משפיע, און דער תלמיד איז מערניט ווי מקבל, דערנאך איז דא אין אן אופן, אויב דאס איז א רב בשלימותו אויך אלס העכער נאר פון סתם רב אט דעמאלט לערנט ער אויך מיט דעם תלמיד סיי תורת משפיע און סיי תורת מקבל. וואס אזוי איז אויך פארשטאנדיק, כדי יעדערער דארף ניט האבן אין דערויף, כמראה באצבעו, הערן פון א צווייטן אין וואס קען ער זיין משפיע, און אין וואס קען ער זיין מקבל דאס זעט דאך יעדערער בחיי יום יום, ס'דארף נאר האבן א התבוננות ווי אזוי דאס איבערזעצן אין עבודת הוי און ווי אזוי מסלק זיין ענינים המבלבלים, וואס ווי יעדער ענין פארבונדן מיט עבודת האדם, איז דאך דא כדי ס'זאל זיין דער שכרי גדול יותר, און ס'זאל זיין דער לפום צערא אגרא און
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions