transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך יום הששי, וואס לויט די תפילת מעריב וואס מ'האט ערשט אפגעדאוונט, וואס דאס איז דאך אן ערב פון יעדער וואך, פון שבת, קומט-צו נאך אין דער וואך, אז דאס איז א שבת פון ראש-חודש, במילא איז אויך די אלע ענינים פון ראש-חודש זיי זיינען פארבונדן מיט מלאכה, דארף זיי אויך אפגעטאן ווערן ביום הערב שבת, צוזאמען מיט די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט שבת. וכמדובר כמה פעמים, איז צום אלעם ערשטן איז המעשה הוא העיקר וואס לערנט מען דערפון אפ בנוגע צו עבודת האדם, ביז במעשה בפועל, איז דאך כמדובר כמה פעמים בארוכה, און ס'איז דאך אויך פארשטאנדיק בפשטות, איז אפילו אנשים ונשים וטף פארשטייען דאס אויך, דער חילוק פון חודש און שבת איז, אז שבת ווערט גערעכנט לויט די שבעת ימי השבוע, וואס זיי זיינען פארבונדן מיט מלאך השמש, און כלייך ווי מיט תחילת החומש, ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד, און על דרך זה אויך דער כל ימי השבוע, ביז דעם יום הששי שהוכפל בו כי טוב,
¶2הוכפל בו טוב וכמדובר כמה פעמים אז דאס איז יום השלישי איז כי טוב, און דערפאר איז אבער דא די מעלה אין דעם טוב וואס הוכפל ביום הששי אז דעמאלט איז דער צווייטער טוב, איז ניט נאר טוב פון יום הששי עצמו, על דרך ווי דער כי טוב פון יום השלישי איז דאך פארבונדן מיטן יום השלישי אדער מיטן יום שני, ווי רש'ברענגט אראפ, און פארשטאנדיק אויף אין פשוטו של מקרא, משא'כ דער צווייטער טוב, דער כופל הטוב, וואס ביום הששי איז אין פשוטו של מקרא גייט דאס אויפן אלע ששת ימים שלפני זה, די חמשה ימים שלפני זה איז דאך א דבר הפשוט, אפילו יום הששי האט דאך אין זיך צוויי ענינים, וואס ער איז דער יום הששי וואס ס'קומט נאך יום החמישי, און ער האט אין זיך אויך אט דאס וואס דאס איז דער סך הכל מוכן לסעודה, וואס דער מוכן לסעודה דארף מען דאך האבן אויף דערויף ענינים פון יום הראשון און יום השני און יום השלישי, און יום הרביעי, יום החמישי, און אויך פון יום הששי,
¶3כי", און דערפאר איז האט מען אויך אין דעם ששי, אף על פי וואס לכאורה איז פעלט דארט דער ווארט כי איז דאס ניט דער זאך וואס ס'פעלט, נאר אדרבא דארט איז דער טוב, אן א הקדמה פון כי, וואס כי איז דאך אויך פארבונדן מיט די ד'פירושים שבזה, און איינער פון די פירושים אז דאס איז א טעם על מה שלפניו אדער על מה שלאחריו, ניט אזוי אן ענין בפני עצמו, משא'כן אז ס'שטייט ניט כי איז דאס מער בהדגשה אז דאס איז אן ענין בפני עצמו פון דעם טאג, אדער ווי דער טאג איז דער יום הששי על הסדר ובדוגמא ווי די פינף ימים שלפני זה, אדער ווי דאס איז א טאג וואס ער איז א סך הכל פון די אלע ימים שלפני זה, אויך פון דעם יום הששי, ווי ער איז א חלק פון ששת ימי בראשית, בדוגמא ווי די פינף טעג שלפניו, וכמדובר כמה פעמים.
¶4בנוגע צו מעשה האדם איז דאך אויך את העולם נתן בלבום, אז יעדער אידן שפיגלט זיך אפ די גאנצע וועלט. וויבאלד אז אין וועלט איז דא צוויי כללות'דיקע ענינים, דער מאיר הגדול וואס ער איז פארבונדן מיט יום און דער מאיר הקטן וואס ער איז פארבונדן מיט לילה איז אויך אזוי ווי אין די שני המאורות, וואס ביידע ווערן אנגערופן שני המאורות הגדולים, אף על פי וואס אחד בערך השני איז דאס א מאור הקטן, וכמוזכר, און פשוטו של מקרא איז אויך דא ווי א איד איז בדוגמא פון א שמש, וואס א שמש איז דאך ענינים וואס ער איז משפיע, און דערנאך איז א איד אויך בדוגמא פון א מקבל, וואס דאס איז דאך די לבנה וואס לית לי מקרמה כלום נאר דאס וואס זי איז מקבל פון דעם מאור הגדול וכו,' על דרך זה האט אן אויך יעדער איד אין זיך א תפקיד כפול, איין תפקיד אלס א מקבל, און א צווייטער תפקיד אלס א משפיע, און בשעת ס'קומט אויס בכביעות חודש זה, אז ס'קומט אויס סיי דער משפיע און סיי דער מקבל אין דעם זעלבן טאג, וכמדובר כמה פעמים, אז יעדער רגע פון טאג,
¶5איז סיי משפיע און סיי מקבל, איז דאך פארשטאנדיק אז ביי א אידן קומט-צו א דריטער אופן אין עבודה, אז ס'דארף זיין ביידע זאכן צוזאמען, סיי אלס משפיע און סיי אלס מקבל, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, די משלים אויף משפיע און מקבל איז דאך פון לימוד התורה ווי א רב פון תלמיד, איז דאך אויך דא ווי א רב לערנט מיט תלמידו, איז מערניט ווי משפיע, און דער תלמיד איז מערניט ווי מקבל, דערנאך איז דא אין אן אופן, אויב דאס איז א רב בשלימותו אויך אלס העכער נאר פון סתם רב אט דעמאלט לערנט ער אויך מיט דעם תלמיד סיי תורת משפיע און סיי תורת מקבל. וואס אזוי איז אויך פארשטאנדיק, כדי יעדערער דארף ניט האבן אין דערויף, כמראה באצבעו, הערן פון א צווייטן אין וואס קען ער זיין משפיע, און אין וואס קען ער זיין מקבל דאס זעט דאך יעדערער בחיי יום יום, ס'דארף נאר האבן א התבוננות ווי אזוי דאס איבערזעצן אין עבודת הוי און ווי אזוי מסלק זיין ענינים המבלבלים, וואס ווי יעדער ענין פארבונדן מיט עבודת האדם, איז דאך דא כדי ס'זאל זיין דער שכרי גדול יותר, און ס'זאל זיין דער לפום צערא אגרא און
¶6נאך מערער, אז וויבאלד אז ס'איז פארבונדן מיט א יגיע מיוחדה, איז אט דעמאלט איז דא דער ענין פון ומצאת. על דרך זה אויך בנוגע לעניננו, וויבאלד אז דאס איז א שבת וואס האט אין זיך ביידע ענינים, סיי שבת און סיי ראש-חודש, במילא איז אויך דער יום הששי אן ערב שבת און אויך אן ערב ראש-חודש, האט אויך א איד דעם תפקיד אויסנוצן דעם יום הששי בשלימות, סיי אין טאן אלס א משפיע און סיי אין טאן אלס א מקבל, און נאך מערער טאן אלס א משפיע ומקבל גם יחד, און דאס הענגט-אפ אן די פעולות, אמאל איז אין דער פעולה איז דא אז זיי קומען ביידע זאכן בשוה אלס משפיע ומקבל, און אמאל קומען זיי איינער לאחרי השני, און אין דערויף גופא בוי צוויי אופנים, צי פריער איז קדם קדומה די עבודה שלו אלס משפיע, אדער פריער אלס מקבל און דערנאך אלס משפיע, קומט נאך צו אין א קביעות פון בחודש זה, במילא אויך אין ערב ראש-חודש, אז מ'האט נאך אויך א דריטע עבודה בשניהם יחד, און אין דערויף גופא דריי אופני עבודה, כמוזכר לעיל, וואס יעדערער קען דאס זייער לייכט איבערזעצן,
¶7נוגע צו זיך אליין, און וואס קען ער דאס אויפטאן? בנוגע נאך פרייטאג, און אנהויבנדיק נאך פון דער לילה, פון ויהי ערב פון דעם יום הששי, איז האט מען נאך כמה שעות אין דעם לילה, פון שעות הלילה, און דערנאך איכעט אין שעות היום, אין די אלע דריי אופנים, אלס משפיע און אלס מקבל און אלס ביידע זאכן צוזאמען, און אויך אין א פערטן אופן, צוויי אופנים וואס ס'איז קדם וואס קומט לאחרי זה, און ויהי רצון אז ס'זאל זיין די אלע ענינים, פרש לחה רבה מפלגה, וויבאלד אז מ'שטייט ערב ראש חודש, ס'איז דאך אלעמאל ערב ראש חודש די שלימות פון די ימים ימי החודש שלפני זה, דער לעצטער טאג זייערער, וואס דאס איז דער סך-הכל פון כל ימי החודש, וואס דער חודש איז דאך געווען דער חודש העשירי, וואס א גוף נענין מן הגוף, וכמוזכר לעיל, אז דער גוף פון א אידן בפשטות איז דאס גשמיות פון א אידן האט הנאה, ניט סתם ער האט די השפעה, ס'איז דאך אויך פיזין השפעה אין אן אופן פון הנאה מן הגוף הענין, כמוזכר לעיל בארוכה. און יהי רצון, אז ס'זאל זיין די אלע ענינים והכנה קרובה ממש צו העשירי יהי'קודש, צו גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט
¶8האט מען דאך די אלע ענינים אין אן אופן פון עשירי, און אלע ענינים אין אן אופן פון יהי'קודש, און אלע ענינים אין אן אופן פון יהי'פון לשון הוי אז דאס בלייבט א קביעות לדה און אותך נצחים, אנהויבנדיק תוקף ומיד ממש, נאך פון דעם ערב ראש-חודש און ערב שבת ראש-חודש, און ערב ראש-חודש שבת, כמוזכר כמה פעמים, אופן ס'זאל זיין הנאה בפשטות און הנאה ברוחניות, און ביידע זאכן צוזאמען, ותיכף ומיד ממש אנהויבן אין דעם, און דעמאלט איז אפילו ווען דאס איז פארבונדן מיט יגיעה האט מען דאך אבער אז הקב'ה עוזר ויגעת ומצאת האט מען אויך, ביז דער מציאות פון מצאתי דוד עבדי וואס דאס איז פון די ג'ענינים ווארום בעים בהישך הדעת און ווי נשיא דורנו האט דאס מסביר געווען, אז דאס איז ניט חס ושלום אז מ'פארגעסט אויף איין רגע מסיח דעת פון גאולה האמיתית והשלימה, נאר אין דערויף גופא האט מען דאס אין אן אופן וואס ס'איז העכער פון דעת, עד כדי כך העכער פון דעת, ביז וואנענט אז ס'איז אינגאנצן אוועקגעגאנגען פון דעם ענין הדעת, בדוגמא פון דער גאולה האמיתית והשלימה איז דאך, אז דאס איז העכער פון כל עניני גאולה
¶9נחף און כל עניני דעת, ביז וואנענט אז ס'ווערט כמים לים מכתן כסיום הרמב,"ם, וכמדובר כמה פעמים, בפרט נאך אז די שיעורים אין רמב,"ם פון ימים אלו איז דאך פארבונדן מיט קידוש החודש, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט די גאולה האמיתית והשלימה, שהם עתידים לא תחדש כמותו איז דאך דעמאלט זיין דער קידוש החודש, און ס'וועט זיין נאך מערער, ווי דער רמב,"ם איז מאריך בזה, אז דער עיקר קידוש החודש, און ניט נאר דער עיקר נאר דער גאנצער ענין פון קידוש החודש איז דאס דוקא ווען ואשיבה שבטייך כבראשונה דורך הבית-דין סמוך איש מפי איש עד משה רבינו מסיני, כדובר כמה פעמים, און גלייך נאך דערויף האט מען אין דער גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש דער ערב גאולה האמיתית והשלימה, און גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, וקודם לזה דער חידוש הלבנה און חידוש החודש און קידוש החודש, ווי די ביידע לשונות בזה, ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין תוקף ומיד ממש, גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד מלכא משיחא, תוקף ומיד ממש.