עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-3v9e5mze

kind
paragraph
order
LA
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז דאך מורות לשון רבים, וואס דאס איז דאך אויך א דוגמא וואס אידן ווערן דאך פאנאנדערגעטיילט אויף נותנים ומקבלים, בדוגמא פון די שני המורות הגדולים, וואס איינע פון זיי איז דאך בדוגמת השמש ונותן, און דער צווייטער איז בדוגמת הלבנה און מקבל, און דערנאך ווערט דאס איבערגעקערט, אז דער מקבל ווערט א נותן און דער נותן ווערט אים מקבל, ועוד והוא העיקר, אז דאס ווערט די הכנה הכי קרובה, אז תיכף ומיד ממש, זאגט מען בדוגמא ווי ס'איז געווען אז ישיר בא קריעת ים סוף, ווערט אז ישיר לעתיד לבוא, אין די גאולה האמיתית והשלימה, די שירה לעתיד לבוא, וואס דאס איז פארבונדן אויך דערמיט, אז מ'פארט זיך פאנאנדער מתוך מצב של שירה, של שמחה וטוב לבב, וויבאלד אז יעדערער איז דורכגענומען מיט דינען דעם אויבערשטן, אני נבראתי לשמש את קוני דארף דאך זיין אבעת את הוי'אלקיך דוקא בשמחה וטוב לבב מתוך שירה אמיתית. און דאס ווערט די הכנה קרובה צו דער שירת היום אין ארץ הקודש, און דארטן גופן ירושלים עיר הקודש,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions