Paragraph
Paragraph rh-3tdmvex2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3ew3300d
- order
- bZ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- הוי'המלוכה, איז דאס אבער געווען ווי יעקב האט געוואלט האבן דעם בירור, האט ער געזען, אז דאס קען מען נאך דערוויילע ניט אויספירן, וכמדובר כמה פעמים, אז ס'איז געווען כמה פעמים מ'האט געוואלט דוחק זיין את הקץ האט מען דעמאלט אבער מגלה געווען מלמעלה, אז דעמאלט וועלן זיין א סך ניצוצות וואס מ'עט זיי ניט באווייזן צו מברר זיין מצד קוצר הזמן, במילא האט מען דערפאר גע'פועל'ט בא צדיקים וואס זיי ווייסן דעם צער פון דעם גלות וואס מ'האט פון שכינתא בגלותא און אחב ד'נגט בגלותא און סתם א איד בגלותא, און מ'האט פועל געווען, מ'האט דאס אפגעלייגט איין קוץ אויף א צווייטן קוץ וכו,' משא'כ אבער בזמננו זה, אז ווי די גמרא איז מעיד כלו כל הקיצין, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף קומען און ס'קומט תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה, אן קיין שום צער, און ס'ווערן ניט פארלארן חס ושלום אפילו קיין איין און איינציקן ניצוץ, ווארום אידן האבן א טענה, אז מ'געפינט זיך שוין ניינצן הונדערט יאר אין גלות, איז וויפל איז א שיעור צו ווארטן און וויפל איז א שיעור צו זאגן, און וויפל קען מען נאך זאגן אז ס'זאל בלי
- proofread
- 0