פסקה
פסקה rh-3sw5qbrm
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-9azzjrd3
- order
- iH
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דאס טוט-אויף אז אבר ובטל מן העולם ער איז מבטל דעם גאנצן העלם והסתר פון וועלט, דורך דערויף וואס ער הויבט-אן פון אבר ער גייט ארויס פון זיין העלם והסתר, ווערט דעמאלט דער מאה שנה אויפגעטאן דורך די מאה ברכות בכל עניני העולם, און ס'ווערט אנשטאט פון ס'זיין א העלם והסתר כאמור דוקא דער לילה כיום יאיר על דרך זה בהנוגע צו העלם הגלות, ולילה של הגלות, ועל דרך זה בנוגע צו העלם העולם, אז דוקא דארטן ווערט דער יאיר ביתר שאת וביתר עוז, ביז למעלה מכל אפשריות פון מחלק זיין אין דרגות, דערפאר וואס מ'האט דעם עצם אליין, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס, כאמור, מיט יום שלישי שהוכפל בו כי טוב, וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז אזא טאג וואס ניט דער פשט שהוכפל בו כי טוב איז דא צוויי באזונדערן כי טוב נאר יעדער רגע פון דעם מעת-לעת זאגט מען, אז דאס איז א רגע וואס האט אין זיך דעם טוב לשמים און טוב לבריות, אף על פי וואס דאס איז א רגע וואס מ'קען אים גאר ניט מחלק זיין, עד כדי כך איז ער אין פון ענינים פון חומריות, אפילו פון ענינים פון מדידה והגבלה גשמיות ווערט דארט יעדער רגע במציאות אחת, סיי דער טוב לשמים און סיי דער טוב לבריות, און די ביידע ענינים אין אן אופן פון שמיני, וואס דאס איז דאך דער חלק פון דער גאנצער שבוע, וכמדובר לעיל, אז מ'האט די שמנוניות, וואס דאס איז אויך דער חכמה שבכל דבר, וואס כולם בחכמה עשיתה איז דאך דאס ענינה איז, ווי דער שפיגלט זיך אפ אין שמן און שמיני, און ס'ווערט אויך פארבונדן בפשטות של מקרא,
- proofread
- 0