Paragraph
Paragraph rh-3q1ncr5e
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-ces4z15t
- order
- M
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אנדערער, אז מ'ווארט ניט ער זאל פרעגן מ'דערציילט אים אליין דערציילט מען אים, אז ווי אזוי ווערט דער אויבערשטער מסכים און מקיימה אויף זיך אז ער זאל זיין אן ענין פון מלך, דארף מען האבן דוקא דעם ענין אז עס זאל זיין א איד במציאות, און דאס מאכט אויף די מציאות ביז אויך וואס נמצאו כל הנבצעים דורך דערויף וואס ס'פראכט דא פריער די מציאות פון דעם אידן, און ער מאכט אויף מציאות כל הנמצאים, איז דאך פארשטאנדיק די אמיתית און דעם תוקף פון דער מציאות פון א אידן, און וועלכן אידן איז דאס ניט פארבונדן מיט עפעס-וואס א מעלה מיט אן עבודה וכו'בזה. די איינציקע עבודה וואס ווערט פארלאנגט דערצו איז די עבודה פון תמליכוני עליכם וכבדובר כמה פעמים על דרך זה, אז אף על פי אז לכאורה איז דאך אינו דומה, צי דאס איז פון ראשיכם שבטיכם צי חוטב עציך ושואב מימיך, איז אבער דא די נקודה וואס זי איז פונקט די זעלבע אין די אלע צען סוגים, עד כדי כך אז זי איז גאר העכער פון אלע-ערליי סוגים, וואס דאס איז אט די נקודה וואס ער האט דעם תוקף און די יכולת און דעם כח, אז ער זאל אויפטאן אין דעם אויבערשטן דעם רצון, אז ס'זאל ווערן דער רצון אז ס'זאל אננעמען און ווערן א מלך אל כל המציאות כולה. וואס דאס איז דאך פארשטאנדיק בכל שכן וקל וחומר, אז וויבאלד אז כל המציאות כולה לאמיתתה, ווערט דאס דורך דערויף וואס א איד האט אויפגעטאן דעם ענין פון תמליכוני עליכם און דורך דערויף ווערט דער אויבערשטער א מלך אל כל העולם, און דורך דערויף ווערט מאמיתת המתאו נמצאו כל הנמצאים איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'איז א דבר הכי פשוט, אז יעדער איד, אפילו אנשים אפילו נשים אפילו טף, וויבאלד ער האט אויפגעטאן די מציאות כל הנמצאים, איז דאך פארשטאנדיק, אז ער ווערט באלעבאס און יעדערער פון אלע נמצאים איז אים חייב הכרת תודה, וואס דורך א אידן איז אויפגעטאן געווארן כל הנמצאים,
- proofread
- 0