Paragraph
Paragraph rh-3mt5jgeh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8thzn1y7
- order
- aT
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'געפינט זיך אין ימי סגולה, וואס דאס איז דער זמן פון ספירת העומר, און ימי סגולה אז מ'גיט מלמעלה די כוחות אויף דערויף, אף על פי וואס די מצות ספירת העומר איז דאך דאס אן ענין וואס יעדער איד דארף דאס טאן מלמטה למעלה, אנהויבנדיק פון חסד שבחסד, און אזוי גיין מיט זיין חייל, מחיל אל חיל איז דאך דאס אלץ ווי ס'הויבט זיך אן ממחרת השבת פון דעם צווייטן טאג פסח, אבער דעם ערשטן טאג פסח האט מען דאך נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקבוש הוא, און נאך מערער בעצמו ובכבודו, און נאך מערער אז דער בעצמו וכבודו האט גואל געווען איז דאך א זיכערע זאך, ווי דער מהרל פסק'נט אפ, אז ס'איז ניט שייך דער גאנצער ענין פון עבדות לאחרי יציאת מצרים, אנהויבנדיק פון יציאת מצרים בתחילתה, איז שוין גלייך געווארן א חירות אמיתית, וואס דאס איז אויך כולל ביז די תכלית השלימות אין חירות, איז דאך פארשטאנדיק אויך, אז וויבאלד אז מ'געפינט זיך אין אזא מין עת רצון, און אין די אלע דריי ענינים האמורים, האט מען אויך דער חוט המשולש מיט אלע פירושים שבדבר, אנהויבן די וכולל ובעיקר דעם פירוש פון בית המקדש השלישי, וואס ער שטייט שוין איצטער בנוי ומשוחלל, און ס'ווערט מערניט דער כהרף עין ער זאל אראפקומען ווי ער שטייט שוין צוגעגרייט, מלמעלה למטה, און נתלבש ווערן דא אין מקום גשמי, ביז וואנענט ס'וועט זיין אין אן אופן אז מראה באצבעו ואומר זה אט איז דער בית המקדש השלישי, מיט אלע זיינע פרטים ופרטי-פרטים, צוזאמען מיט מראה באצבעו ואומר זה אט איז גלייך בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו צוזאמען אין ארצנו הקדושה, אויך אין ירושלים עיר הקודש, וכמדובר, בבית המקדש
- proofread
- 0