Paragraph
Paragraph rh-3frrvaaq
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- ec
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און האבן נחת פון כל בני המשפחה, עאכו'כמה וכמה עלטערן פון קינדער און זיידעס און באבעס פון אייניקלעך אדער אור-אייניקלעך וכיוצא בזה, עאכו'כמה אז דאס גיט-צו אויך אין דער ברכה, אז מ'זאל נאכמערער מצליח זיין מכאן ולהבא. ווי דערמאנט פריער, אז מ'זעט אז מ'האט געטאן און מ'האט מצליח געווען איז אט דעמאלט באקומט מען חושק בטבע האדם אפילו ניט ביי א אידן, על אחת כמה וכמה ביי א אידן, ס'איז אבער אויך נוגע צו ניט-אידן, בנוגע צו פארשפרייטן דעם ענין פון שבע מצוות בני נח צווישן די ניט-אידן מיט וועלכע ס'בקומט בלאו הכי אין פארבינדונג מצד עניני מסחר וכיוצא בזה, אז זיי אויך דערציילן וועגן שבע מצוות בני נח, און זאגן זיי, אז דאס איז אן אנזאג פון דעם אויבערשטן, דורך משה רבינו, אז זיי דארפן דאס מקיים-זיין, און אז דאס איז פארבונדן מיטן אויבערשטנ'ס רצון אז ס'זאל זיין לשבת יצרה אז די וועלט זאל זיין א באזעצטע זאך און א מיושב'דיקע זאך, און א רואיקע וועלט, און א שלום'דיקע וועלט, דורך דערויף וואס יעדערער טוט זיין שליחות בנוגע צו דעם מעמד ומצב פון וועלט, און ווי מ'זעט דאך בפשטות, אז ליידער מצד חושך הגלות אדער מאיזה סיבה שתהי'איז די בלבולים און די מלחמות און די רייסניש אין וועלט ווערט אלץ מערער און מערער, און ואין לנו שיעור אלא התורה אזוי די עצה דערצו איז אויף נאכמער פארשטארקן זיך אין פארשפרייטן אידישקייט, וואו נאר מ'קען דערגרייכן, וואס אידישקייט ברענגט מיט זיך דעם אויבערשטנ'ס ברכות, ביז השלום הוא הכל דער עיקר ברכה איז שלום בעולם, ביז ונתתי שלום בארץ, אין ארץ הקודש וסביבה אותי,' על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט אזוי אויפגעטאן בשעת מ'רעדט מיט ניט-אידן, וואס באמת האבן זיי דאך ניט קיין בחירה
- proofread
- 0