Paragraph
Paragraph rh-3dp61vev
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3ggh6nz8
- order
- a
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיינען געבליבן אין מדבר, איז אן אמת'ער רבי און אן אמת'ער מלמד תורה לתלמידיו, לאזט ניט די תלמידים בגלות, במכל-שכן וקל-וחומר, מה-דאך אז דער רבי געפינט זיך אין גלות איז מגלין ישיבתו עמו וויבאלד אז ס'שטייט וחי שם, על אחת כמה וכמה אז אז אזוי דארף זיין ווען דער מצב איז א הפכי, ואין להאריך בדבר וואס ס'איז ניט נוגע לפועל אויף א זמן ארוך, וויבאלד אז ס'איז דאך דער אחקה לו בכל יום שיבוא, איז דאך איצטער דער זמן אז דער אמת'ער פירוש בזה איז אחקה לו שיבוא בכל יום ממש, ובכל יום ממש, מיט א רגע פריער האט מען מיט א רגע ווייניקער גלות, און מיט א רגע מערער, כולו האמיתית והשלימה, מיט אלע שלימות שבענין זה, כולל אויך די שלימות פון לימוד התורה און נתינת הצדקה, וואס דאס איז דאך אויך דער סיום פון דער הפטורה פון פרשה חזון, אז ציון במשפט תפדה וואס דאס גייט דאך אויף תורה, ושביע בצדקה וואס דאס גייט דאך אויף כללות ענין המצוות וואס זיי זיינען נכלל אין צדקה, און צדקה כנגד כולם, ועוד והוא העיקר, אז דאס קומט גלייך צוזאמען מיט ווען
- proofread
- 0