Paragraph
Paragraph rh-39jh3nqj
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0e9xx3px
- order
- H6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ושלא בערך, חכף ושלא בערך, וואס דאס איז אויך ווי די קביעות שנה זו איז דאך דאס די התחלה פון פרשה כי תשא, וואס אין דעם נאמען אליין פון דער סדרה איז שוין מודגש דער ענין כי תשא, און מ'זאגט, אז גאר ניט דאס איז גאר דער עיקר, דאס איז מערניט אנגעוויזן דעם צייט ווען ס'קומט נאך א גרעסערער ענין, און מ'זאל וויסן ווען איז דאס די סייט? זאגט מען אז כתשת ראש בני ישראל אט דעמאלט ווערט דער לכפר על נפשותיכם און כופר לנפשותיכם, ביז אין אן אופן פון ונתנו, ווי דערמאנט פריער, אז ונתנו האט אין זיך די סגולה אז בגלוי איז ער נקרא באופן ישר והפוך, איז ווי מ'לייענט דאס מתחילתו לסופו אדער מתחילתו לתחילתו, איז דאס אלץ דער ווארט ונתנו, וואס דאס באווייזט אויך און מהות פון א אידן, אז א איד באשטייט אין דעם וואס ער טוט דעם ענין פון ונתנו, אני נבראתי לשמש את קוני, און אין אן אופן פון נתינה, ובאין יפה נותן, אז ער גיט זיך אינגאנצן אוועג צו קונו, וואס אין דעם אויבערשטן אליין איז דאך דאס נאך העכער
- proofread
- 0