Paragraph
Paragraph rh-35etesyv
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-m3nmn79m
- order
- 7k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק דער חידוש וואס איז דא אין הושענא רבה, וויבאלד אז דעמאלט איז דאך דער נוסח התפילה אין די הושענות, אז מ'זאל זאגן אלע הושענות פון די אלע ימים שלפני זה, נוסף על זה אויך א הושענא חדשה, א פיוט חדש, וואס אויך על סדר האב וואס איז פארבונדן מיט יום הושענא רבה, במילא איז דאך דאס גופא איז דאך א חידוש גדול, בשעת מ'איז מצרף כל הענינים פון שבעה ימים רצופים. וואס בשעת מ'האט נאך שבעה ימים רצופים, כמדובר בכמה ענינים, איז אט דעמאלט האט מען אויך די מעלה, אז דאס איז בדוגמא פון בריאת העולם איז דאס געווען שבעה ימים רצופים, במילא איז געווען יעדער טאג פון דער וואך במשך כל הזמן כולו, טיילט זיך דאך אויך אז ס'קומט א נייער יום ראשון בשבוע,
- proofread
- 0