Paragraph
Paragraph rh-33a83dr6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6sy56fsj
- order
- Kf
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז דער אויבערשטער בענטשט אים, איז דאס גופא א ראי'אז ער פארדינט דאס, וויבאלד אז דער אויבערשטער האט דאס אים געגעבן, און געגעבן אין אן אופן פון יקר, במילא איז דאס מעורר אויך בא יעדער מענטשן, על אחת כמה בכמה ביי א אידן, וואס לערנט דאך אין יעדער זאך זיך אויפפירן לויטן חלק אלוקה ממעל ממש, על דרך ווי די גמרא זאגט אז רבי איז מכבד עשירים און מ'וונדערט זיך אויף דעם וואס איז געווען בא רבי'ן, וואס ער איז געווען דער וואס האט מסדר געווען די גאנצע הלכות אין תורה, דורך די ששת סדרי משנה, וואס האט דעם תופס מקום געווען, צי יענער איז אן עשיר צי א בינוני וכיוצא בזה, ובפרט אז רבי אליין איז דאך געווען אן עשיר גדול, ווי די גמרא איז דערצו בפרטיות, אז ער איז געווען א נשיא, און א נשיא מוז זיין אן עשיר, און בא רבי'ן איז געווען עשירות מופלגה, ער האט דאך געשטאמט פון בית דוד, און בטל ענינים וואס ער האט אויך באקומען פון זיין פאטער, וואס איז שוין אויך געווען א נשיא, און דערנאך האט ער נאך מוסיף געווען כמה וכמה, באקומט ער אויך א מחבר עשירים, וואס רבי האט דאך באטראכט, אז וויבאלד אז דער איד מיט וועמען ער טרעפט זיך, ועל דרך זה אויך אט די אידן וואס געפינען זיך איצטע
- proofread
- 0