English
ספרייה

בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו

102

מגלה אלקות וואָס איז העכער פאַר דער בריאה, און הויבט אויך אויף און איז מגלה די פנימיות פון דער הנהגה טבעית (אז דאָס קומט פון דעם אויבערשטן, שם אלקים)צג.

ווי דאָס איז געווען אין שנה שעברה, ה'תש"נ, ר"ת הי' תהא שנת נסים — כמדובר כמ"פצד, וועגן די נסים וואָס מ'האָט דעמולט געזען.

דערנאָך איז דאָ אַ חידוש נעלה יותר — "אראנו נפלאות", ווי עס שטייט בנוגע צו דער גאולה האמיתית והשלימה, אַז "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"צה, נפלאות אפילו בערך צו די נסים פון יציאת מצריםצו, ד.ה. אַז עס ווערט אַן עלי' אפילו אין דעם ענין פון "ארים נסי". ונוסף לזה — איז דאָס אין אַן אופן פון "אראנו נפלאות": די נפלאות זיינען בגלוי באופן אַז מ'קען זיי זעען בעיני בשר. און נאָכמער — "אראנו", דער אויבערשטער אַליין באַווייזט די נפלאות, איז פאַר­שטאַנדיק אַז דאָס איז למעלה מכל מדידה והגבלה, און — אַז אַלץ ווערט אַנטפּלעקט, עס ווערט געזען דער אמת און פנימיות פון דער הנהגה טבעיתצז, און דער גילוי פון די פולקאָמע הנהגה נסית, ביז — אויך דער גילוי פון דאָס וואָס איז אינגאַנצן "נפלא"צח.

עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז שטיי­ענדיק אין "שנת נפלאות אראנו" — שטייט בהדגשה יתירה די ברכה פון דעם אויבערשטן (וואָס ווערט נמשך דורך "תפלה למשה איש האלקים") אין אַלע ענינים, "ויהי נועם ה"א עלינו" — אַז עס ווערט "ומעשה ידינו כוננהו" סיי אין דער הנהגה טבעית (אלקים), אַז אין זיין "וואָכעדיקע"צט און טבעית'דיקע ענינים ווערט "כוננהו" (ביז באופן של נפלאות), און נאָכמער — "ומעשה ידינו כוננה עלינו" אפילו אין דער הנהגה נסית (הוי'), אַז אפילו אין זיין "שבת'דיקע" און למעלה­מדרך­הטבע'­דיקע הנהגה באַ­ווייזט דער אויבערשטער נסים גלויים — ווי ער האָט שוין אָנגעהויבן באַווייזן, און איז ממשיך באַווייזן ביתר שאת וביתר עוז, לכל אחד ואחת, אויך בחייו

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-32m042sy

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות