עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-2z1cvpcn

kind
paragraph
order
3R
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
כמדובר כמה פעמים, בשעת ס'הויבט זיך אן א שינוי אין זמן וואס האט א שינוי אין תוכן, איז דאך פארשטאנדיק ווי יעדער ענין, אז כל מה שברא הקב",ה בעולמו איז דאס פארבונדן מיט כבודו, דארף מען זיך אין דערויף מתבונן זיין, ובפרט לויט תורת הבעל שם טוב, אין וואס באשטייט אין דערויף די הוראה בהנוגע אליו? און וויבאלד נאך אז יעדער איד איז דאך א חלק פון די אידן ארום זיך, ביז אויך א חלק פון כלל ישראל, איז דאך דערפון אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז בא איין אידן, אפילו כאמור לעיל, אין דעם נעכטיקן רעדן א קטן שבישראל, בכמות באיכות אדער אין ביידע זאכן איז דאס פארבונדן מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, מיט כלל ישראל, ביז מיט כלל ישראל פון כל הדורות, און ווי זיי זיינען אלע נכלל אויך און זיי שטייען בשרשם אין נשמת ישראל סבא פון יעקב'ן, כמבואר אין אגרת הקודש, ווי דערמאנט אויך נעכטן. וואס דאס איז דאך פארבונדן, כאמור, די הדגשה פון בעל שם טוב, אז דאס איז אין יעדער ענין וואס ס'קומט לידיעת פון די אידן אדער דורך ראי'שלו, אדער אפילו דורך שמיעה שלו איז אזוי, על אחת כמה וכמה אז ס'שטייט נאך בהדגשה, אז דאס איז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט החי יתן אלא לבן איז דאך דער פסוק אליין מדגיש, און אין פסוק גופא דורך א חכם מכל האדם וואס דאס איז דאך פון שלמה המלך, וואס דאס שטייט דאך אין חלק התורה, וואס נקראת על שמו איז שוין שטייט דארט בהדגשה, אז דאס איז צווישן אלע זאכן דארף דאך זיין יתן אל לבו, איז דער בעל שם טוב האט דאס מגלה-געווען בזמנים, וואס ס'שטייט שוין אויך פריער אויך, כמדובר כמה פעמים, אז אין דערויף גופא איז דאך דא כמה דרגות אין יתן אל לבו, אין די התבוננות אויף וויפל דאס איז אים נוגע, על דרך זה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions