עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-2y9fn4v2

kind
paragraph
order
eg
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דער גאנצער ספר, ובפרט די פרשה במדבר, איז פארבונדן מיט ציילן אידן, און ציילן זיי ווי דער אויבערשטער וויל, דורך נשיאים, און פארבונדן מיט יוצאי צבא בישראל, מ'ציילט זיי כדי זיי זאלן זיין צוגעגרייט אויף דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס שליחות אין דער וועלט. וואס דאס איז, ווי דערמאנט פריער, הענגט דאס אפ דער עיקר גאר אן די פרויען, וואס זיי זיינען, ווי די גמרא זאגט, זיי היטן אפ ווען דער מאן קומט פון כולל, אדער ענלעכן ארט וואו ער האט געלערנט תורה בייטאג, אדער על דרך זה דער זון קומט פון דער ישיבה וואו ער האט געלערנט תורה, אויך אין א טיפן אופן, און דער קלענערער זון הויבט ערשט אן לערנען אלעף די'ס אדער חומש וכיוצא בזה, ווארט זיי זיי אפ, און באגענט זיי, און רעדט זיך מיט זיי דורך וואס האבן זיי אויפגעטאן און וואס האבן זיי געלערנט אין דעם טאג, ווי ס'פירט זיך אין אונזערע דורות, אז אויך פרויען, און אויך די טעכטער, לערנט מען מיט זיי אויך תורה שבעל פה, ובמיוחד די ענינים ווי זיי שטייען, ער חלערט אין חסידות בארוכה, און ווי גערעדט מערערע מאל, אז לערנען חסידות זיינען מחוייב
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions