עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-2xvqy5gt

kind
paragraph
order
F
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז אויך ווי גערעדט אין די פריערדיקע התוועדות, אז דעם ענין פון הקהל און דערמיט איז אויך פארבונדן זכר להקהל איז דא כמה וכמה דרגות אין דעם ענין פון זכר, ואלעם ערשטן, נאך איידער ס'איז דא דער זכר איז דא דער עצם ענין אליין, וואס צו אים דארף מען דערנאך מאכן א זכר, און דעם עצם ענין אליין איז דא אויך אמאל וואס מ'דארף מאכן זכר, אמאל אז דאס איז אן ענין של רשות, און אמאל אז דאס איז אן ענין וואס דאס איז גאר ניט געוואונטשן, ווארום ס'שטייט אין ספרים, מיוסד אויפן פסוק אין קוהלת, אויף והוקל רגלך מבית רעך אז דאס איז איינער פון די טעמים ווי ס'שטייט אין ספרים, פארוואס די כניסה לבית המקדש דארף זיין ניט גאר אויף און בלשון הכתוב הוקר עגלך מבותריך דערפאר וואס בית המקדש איז א טייערע זאך און א הייליקע זאך, איז דארף מען מאכן בא זיך א מקדש מעט טאג-טעגלעכן לעבן, אבער גיין אין בית המקדש האט מען מלכתחילה פארבונדן מיט כמה תנאים, כדי מ'זאל נאכמערער פילן די טייערקייט פון דער זאך, און וואס דאס איז דאך אויך איינער פון די טעמים, ווי ס'שטייט אין ספרים
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions