Paragraph
Paragraph rh-2xdqg46h
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9xa8r37g
- order
- 8r
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין דערויף גופא די ימי הסליחות, און דערנאך איז ראש-השנה און עשרת ימי תשובה, און עשרת ימי תשובה דער יום פון ערב יום הכיפורים, וואס ער איז אין זיך אויך כולל, און די עלי'פון דעם כתוב, אויך דעם טאג פון יום הכיפורים, וואס דאס איז דאך דער אויפטו פון ערב יום הכיפורים לגבי כללות הענין פון ערב, צי דאס איז ערב שבת אדער ערב יום-טוב, אדער ערב פון א דבר חשוב וואס דארף דאך האבן הכנה, ווי דער דין איז, איז דאך פארשטאנדיק, אז דא קומט-צו א דבר הכי נעלה, אז דאס איז מעלה עליו הכתוב, סיי אין די ענינים פון ערב יום הכיפורים, סיי אין די ענינים פון יום הכיפורים. וכמדובר אויך כמה פעמים, יום הכיפורים איז דאך פארבונדן דערמיט וואס ס'איז סלחתי כדבריך דוקא, און פארבונדן מיט לוחות האחרונות, וואס דאס איז דער ענין התורה, וואס דער ענין התורה מוז דאך זיין דוקא מתוך שמחה, נוסף אויף כללות הציווי פון עבודת ה דארף זיין בשמחה ובטוב לבב, על אחת כמה וכמה אז דאס איז פארבונדן מיט פיקודי הוי'ישראל משמחי לב, וואס תורה איז משמחת לב, על אחת כמה וכמה אז ס'איז דאך פארשטאנדיק דער גודל השמחה פון לוחות האחרונות, וואס זי איז געקומען צוזאמען מיט שלחתי כדבריך און ווי ער זאגט אין מדרש, אז דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו, אז לוחות האחרונות זיינען קופליים לתושי אפילו לגבי לוחות הראשונות, וואס זיי זיינען דאך געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן אליין, און דא איז געווען אויך משה באמצע, ממוצע המחבר, און אויך דער משה ווי ס'איז דערנאך אראפגעקומען אין יעדער אידן, איז האט ער דאך אין זיך דעם משה עד כדי כך אז ער פועל'ט אין אים, אז יעדער ענין וואס איז געווען זוטרתא בא משה רבינו,
- proofread
- 0