Paragraph
Paragraph rh-2sfchvqy
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- Pe
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דורך דערויף אשעפ רב בכל העולמות. און ווי דערמאנט פריער, בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען, און קלייבן זיך צוזאמען על מנת, כדי אז דורך דערויף פארשטארקן נאכמער פארבונד דעם פארבונד צווישן זיך, און דאס וואס מ'פארט זיך פאנאנדער זיך נאכמערער אויפטאן אין דעם פארבונד צווישן זיך, דורך דערויף וואס ס'וועט צוקומען אין די בענקעניש פון איינעם צו אנדערע, ווי מ'זעט דאס בפועל, א גוטע פריינט ווען זיי פארן זיך פאנאנדער, ערשט אט דעמאלט איז דא די בענקעניש בגלוי, בשעת מ'איז צוזאמען און מ'טרעפט זיך צוזאמען יעדער טאג, און מ'עסט צוזאמען, אדער מ'גייט שפאצירן צוזאמען, על אחת כמה וכמה אז מ'לערנט תורה צוזאמען איז אט דעמאלט פילט זיך ניט די בענקעניש, ווארום מ'געפינט זיך זיך צוזאמען. בשעת מ'פארט זיך פאנאנדער און מ'פארט זיך פאנאנדער פון אזא מעמד ומצב וואס מ'האט זיך צוזאמענגעטראפן במיוחד כדי צו פארשטארקן דעם פארבונד, און מ'האט זיך צוזאמענגעטראפן אין א בית הכנסת, און א בית וואס דער אפטייטש אין דערויף איז דאס אזא הויז וואס דארטן קלייבן זיך אידן צוזאמען, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון דעם ווארט כנסת און צוזאמענקלייבן זיך צוליב אן אייביק זאך, וואס בית הכנסת איז דאך דארטן מקיים מצות תפילה צום אויבערשטן, צו דעם כל עולם אין תפילת וואס איז געגעבן געווארן אין תורת עולם, און במיוחד נאך, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז אויך א בית-המדרש, וואו מ'לערנט דארט תורה בפשטות, און מחליט החלטות טובות בהנוגע צו מצוות און בהנוגע צו צדקה, און בהנוגע צו דער מצוה וואס זי איז א כלל גדול בתורה ואהבת לרעך כמוך אויף פארשטארקן נאך מערער די אהבה וואס ס'איז דא בלב כל אחד ואחת מישראל, צו יעדער איד און אלע אידן, וואס דאס איז דאך דא באמת בטבע, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין ספר תניא קדישא אין פרק לב, אז די נשמות איז אב אחד לכולנו
- proofread
- 0