עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-2rt515vy

kind
paragraph
order
Kf
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
על אחת כמה וכמה צווישן אידן גופא א כהן, און צווישן כהנים גופא דער כהן גדול. און ער האט אויך אויף זיך דעם ציווי, אז אפילו אין דעם טאג מעג ער אריינגיין מערניט ווי לצורך העבודה, משא נכן די ענין וואס שלא לצורך העבודה איז אט דעמאלט איז דא אויף אים דער איסור, כמדובר כמה פעמים. וואס דער אויפטו פון תורה איז דאך דא אין צוויי אופנים, ווי תורה איז עצמות ומהות פון דעם אויבערשטן, וואס דאס איז העכער פון גאנץ סדר השתלשלות, דערנאך איז דא ווי תורה איז, אז איז אין אזא מין אופן, אז דאס איז די איינציקע זאך וואס קען איבערמאכן פון עולם התחתון שאין תחתון למטה הימנו, אז דארט זאל זיין דוקא דער ענין פון אן עליון הכי גדול, און דוקא אין דעם אופן ווען דער תחתון בלייבט אלס א תחתון, כמדובר כמה פעמים דער דיוק בזה, אז דירה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions