פסקה
פסקה rh-2rc7xez4
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-3zanq5w0
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך מעצמו מובן אז איר אלע זיינט נכלל אין די ברכות וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט אין אנהויבס פון דעם צוזאמענקומען זיך, בפרט נאך אז מ'שטייט דאך אין דעם סיום פון חודש תשרי, וואס דער סיום פון מועדים שבו איז דאך שמחת תורה, וואס דאס האט דאך א שייכות מיוחדה מיט תלמידי הישיבות, ובפרט די וואס זיינען נאך מקיים אין דערויף גופא דעם ענין פון הוי'גולל למקום תורה, וואס בעצם דארף דאס יעדער תלמיד-ישיבה מקיים-זיין, אפילו ווען ער לערנט אין דער שטאט וואו ס'געפינען זיך און לערנען זיינע עלטערן, איז בשעת ער ווערט א תלמיד-הישיבה, איז אט דעמאלט וועט זיין אמת'ע גירה אין דעם מקום תורה, ווי ער לערנט אפילו ווען די ישיבה איז אין דער זעלבער שטאט, און ער שלאפט גאר ווי ס'זעט זיך אויס לעיני בשר, בא די עלטערן אין הויז, אדער אין א הויז פאר זיך, איז בעצם איז ער גייט אריבער אינגאנצן אין דעם מקום תורה, אין דער ישיבה, ועד כדי כך, אז אפילו ווען ער שלאפט בא די עלטן און בא די עלטערן אין הויז חלמט זיך אים ענינים פון די לימודים פון דער ישיבה, און איידערער ווערט אנטשלאפן, און גלייך ווי ער כאפט זיך אויף, ניט טראכטנדיק צי דאס איז קודם ברכת התורה צי לאחר ברכת התורה איז ער קיין באלעבאס ניט אויף זיין מחשבה, וואס בעצמה הויבט זיי גלייך ווי ער כאפט זיך אויף, הויבט זיי גלייך אן טראכטן אין דעם ענין מיט וועלכן ער איז געגאנגען זיך לייגן שלאפן, וואס וועגן דעם ענין האט ער געלערנט ביתו יום אין דער ישיבה, במכל-שכן וקל-וחומר, וואס אויב דאס פארלאנגט זיך ביי אלעמען, איז פארלאנגט זיך דאס במיוחד בא דעם וואס האט א ספעציעלע שוועריקייט אין דעם, וויבאלד אז בפשטות האט ער
- proofread
- 0