English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

8 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך מעצמו מובן אז איר אלע זיינט נכלל אין די ברכות וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט אין אנהויבס פון דעם צוזאמענקומען זיך, בפרט נאך אז מ'שטייט דאך אין דעם סיום פון חודש תשרי, וואס דער סיום פון מועדים שבו איז דאך שמחת תורה, וואס דאס האט דאך א שייכות מיוחדה מיט תלמידי הישיבות, ובפרט די וואס זיינען נאך מקיים אין דערויף גופא דעם ענין פון הוי'גולל למקום תורה, וואס בעצם דארף דאס יעדער תלמיד-ישיבה מקיים-זיין, אפילו ווען ער לערנט אין דער שטאט וואו ס'געפינען זיך און לערנען זיינע עלטערן, איז בשעת ער ווערט א תלמיד-הישיבה, איז אט דעמאלט וועט זיין אמת'ע גירה אין דעם מקום תורה, ווי ער לערנט אפילו ווען די ישיבה איז אין דער זעלבער שטאט, און ער שלאפט גאר ווי ס'זעט זיך אויס לעיני בשר, בא די עלטערן אין הויז, אדער אין א הויז פאר זיך, איז בעצם איז ער גייט אריבער אינגאנצן אין דעם מקום תורה, אין דער ישיבה, ועד כדי כך, אז אפילו ווען ער שלאפט בא די עלטן און בא די עלטערן אין הויז חלמט זיך אים ענינים פון די לימודים פון דער ישיבה, און איידערער ווערט אנטשלאפן, און גלייך ווי ער כאפט זיך אויף, ניט טראכטנדיק צי דאס איז קודם ברכת התורה צי לאחר ברכת התורה איז ער קיין באלעבאס ניט אויף זיין מחשבה, וואס בעצמה הויבט זיי גלייך ווי ער כאפט זיך אויף, הויבט זיי גלייך אן טראכטן אין דעם ענין מיט וועלכן ער איז געגאנגען זיך לייגן שלאפן, וואס וועגן דעם ענין האט ער געלערנט ביתו יום אין דער ישיבה, במכל-שכן וקל-וחומר, וואס אויב דאס פארלאנגט זיך ביי אלעמען, איז פארלאנגט זיך דאס במיוחד בא דעם וואס האט א ספעציעלע שוועריקייט אין דעם, וויבאלד אז בפשטות האט ער

2ניט מקיים געווען גולל למקום תורה, איז ער אבער מקיים דאס בפנימיות, אז זיין גאנצע אמת'ע גירה איז אין דעם מקום תורה, ביז וואנענט אז דארט געפינט ער זיך פיר און צוואנציק שעה פון מוסלעת, און מערניט וואס בחיצוני שלו וכיוצא בזה נעכטיקט ער, אדער ער עסט במקום שונה, אבער אפילו בשעת'ן עסן, אפילו בשעת'ן שלאפן געפינט ער זיך בכל מאותו ובכל פנים מיאותו אין דעם ארט וואס ער לערנט. און דאס איז אויך דער לימוד פון דעם שיעור פון היינטיקער סדרה פון דעם טאג, פארבונדן מיט יום הרביעי, וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם חלק אין דער סדרה פון רביעי ביז חמישי, נוסף אויפן פירוש וואס ס'האט זיך גערעדט פריער איז דאך אויך דא יעדער איד האט דאך זיך זיין חלק אין תורה און זיין הוראה אין דער תורה בהנוגע לעבודתו במיוחד אין זיין חלקו בחיים, איז דאך פארשטאנדיק, אז אין דערויף דארף זיין אויך א הוראה מיוחדה פאר ישיבי-בחורים.

3און דאס איז אויך בפשטות און אויבן-אויפיק, אז אף על פי וואס יעדער איד האט דא� זיך א חיובין, תמידי פון אהבת ה'און יראת ה'און אמונה בה וכיוצא בזה, וואס אפילו רגע דארף מען דערפון אויך ניט מפסיק זיין, ביחד עם זה זאגט מען אים, אז וויבאלד אז חלקו בתורה, אזוי ווי שבט ישכר בכלל, אזוי איז ביי אים בפרט, אפילו ווען ער געהערט גאר צו אן אנדער שבט, אדער צו שבט לוי, אדער צו כהנים וכיוצא בזה, זאגט מען אים צו מן הטובה, אז אף על פי וואס ער האט ערשט מקיים געווען ואהבת את הוי'אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך ליגט ער דאך אינגאנצן אין אהבת השם, ווארום ער האט דאס מקיים געווען כפי הציווי, וואס אהבת השם דארף ער דאך אים דורכנעמען אינגאנצן, כלשון הכתוב בכל לבבך ובכל נפשך, ביז ובכל מאדך בכל מדה ומדה מיט וועלכע ער פארנעמט זיך ניט איז ער דעמאלט דורכגענומען מיט אהבת ה איז אבער תורה אין אזא מין אופן, אז מ'זאגט אים דעמאלט טוי מן הטובה וואס דו ביסט געווען על פי הציווי בשעת הקיום פון מצות אהבת ה'אדער יראת ה'והאמונת ה'וכיוצא בזה, און מ'דארף ארויסגיין אין דעם עולם האמיתי, וואס דאס איז דער עולם פון תורה, אסתכל באורייתא וברא עלמא, אין אורייתא דארט ווערט באשאפן דער אמת'ער עולם, על ידי הלימוד בתורה, און א לימוד כדרוש, במילא דארף דאך זיין דער יגע בשכלו ובכל חלקי שכלו, אין

4חכמה בינה דעת שלו, אף על פי וואס דאס איז מיוסד, כאמור, אויף אהבת הוי און יראת הוי' ואמונת הוי'וכו כדי דער לימוד התורה זאל זיין ווי ס'דארף צו זיין זאגט אן תורה, אז דעמאלט שטייט ביי אים די אהבת ה'ניט אזוי בגלוי אדער גארניט בגלוי, ווארום ער איז פארנומען מיט דעם ענין וועגן וועלכן ס'רעדט זיך אין דעם עולם התורה, און וואס דאס קען זיין אין איינע פון די ששה סדרים. ואדרבא, די התחלה איז גאר פארבונדן מיט מילתא דחסידותא, וואס דאס איז פארבונדן מיט מילתא דניסיקן, וואס דאס איז פארבונדן מיט מילתא דאבות, כמדובר כמה פעמים, אז צום אלע מעטשן דארף זיין סור מרע, מארחיק זיין יעדער סברא סחרית וואס זי איז מזיק, ווארום דאס איז שלא כהלכה, ומגלה פנים בתורה צוליב נצחנות וכיוצא בזה, במילא פארבויגט ער, כדי ער זאל מנצח זיין, אפילו ווען ער אליין פילט, אז זיין שכל גרייסט אין דעם ענין, שטייט אים ניט אן זיין המודה על האמת דארף אים וויסן זיין פון די מדות שהתורה נקנית בהם, ארבעים ושמונה מדות, וואס דעמאלט ווערט דאס נקנית, און ווי מבואר אין חסידות, אז דאס ווערט פארבונדן מיט עולם וואס אויף אים זאגט מען ברוך קונך וואס דאס איז עולם האצילות, וואס ער לערנט תורה אין אזא אופן אז ס'ווערט א יחוד נפלא שאין יחוד כמוהו נמצא כלל וואס דאס איז דער ענין פון עולם האצילות אצלו וסמוך, ביז וואנענט אז ס'איז גאר ניט שייך קיין אנדער מציאות, אז זיין גאנצע מסיאות איז די מציאות פון תורה. און יהי רצון, אז לויט ימודים וואס איר שוין געלערנט אין חסידות, וועט מען ווייטער לערנען און נאכמערער לערנען אין חסידות, און טיפער לערנען אין חסידות און ברייטער לערנען אין חסידות וועט איר טאן אין דער מחשבה און אין דעם אריינטראכטן זיך נאכמערער און נאכמערער, וועט דער יחוד נפלא שאין כמוה

5נמצא כלל ארויס בפועל, און אזוי א איי עיר מציאות אינגאנצן זאל ווערן א מציאות פון תורה, ביז וואנענט אז תורה נקראת על שמו, און זאל זיין דורכגענומען מיט אהבת ה'ויראת ה וואס דאס איז ניט קיין סתירה כלל וכלל, ואדרבא דעמאלט ערשט ווערן ביידע זאכן אין תכלית השלימות און תכלית התמימות, אויך אין תורה עצמה דער ענין פון שמים שבתורה, וואס דאס איז די יראת השם און אהבת השם, וואס אויף דערויף בויט ער און הויבט אן לערנען תורה מתוך ביטול צו דעם אויבערשטן, צו נותן התורה, דערנאך דארף מען האבן די הארעוואניע אין דער סברא פארבונדן מיט זיין שכל גשמי, אין וועלכע ער דארף אויך פארשטאנדיק ווערן אויך פון זיין נפש הבהמית, וואס דאס איז דאך דער אופן פון לימוד התורה, דארף דאך זיין פארשטאנדיק אויך צו שכל, אויך פון זיין שכל אנושי, ניט נאר פון שכל פון נפש אלקית, ואדרבא ער דארף דאס פארשטיין ניט נאר מצד אמונה אליין, נאר ער דארף פארשטיין די סברות שכלית שבדבר, און ווען ער אויבערשטער איז מצליח און מ'פירט-אויס ביידע זאכן אין אן אופן וואס יעדערער פון זיי איז משלים די צווייטע, ביז אין אן אופן פון תמימות, און תורת הוי'תמימה גאר אינגאנצן, סיי מצד דעם שכל שבתורה סיי מצד ברכה בתורה תחילה, ווי חסידות טייטשט דאס אפ, אז מ'איז ממשיך אין דעם תורה וואס ער לערנט, אין דעם שכל שבזה, ממשיך פון ברכת התורה, וואס דארט רעדט זיך וועגן נותן התורה, און מ'זאגט דארטן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו", א נתינה מתוך ידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, וביחד עם זה אין א נתינה אין אזא אופן, אז מ'גיט יעדערן פון אייך, בתוך כל לומדי תורה, די יכולת און די הבנה והשגה פארשטיין תורה, ביז וואנענט אז מ'ווערט איין זאך מיט דעם שכל שבתורה,

6כאמור לעיל. און דאס אלץ איז מיוסד אמונה אין נותן התורה, ביז וואנענט אז דאס ווערט די תחילה, ברכו בתורה תחילה, וואס דארטן רעדט זיך ניט וועגן א שכל פון תורה, נאר דארטן רעדט זיך גאר וועגן דעם אויבערשטן, און דערנאך ווערט דאס איין זאך מיטן שכל התורה, און די אמונה ווערט איין און דער שכל התורה ווערט איין זאך מיט דער אמונה, אבער דאס איז אויך אן עיקר בזה, אז מ'פארשטייט דאס אין אן אופן אז דאס ווערט נתאחד דער מונשכל צוזאמען מיט דעם משכיל מעוד ועיקר, כמדובר, מיט דעם שכל שבתורה, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך דער ברכה בתורה תחילה ווי אויך אז יהיו פרוטי לעני והדר מצלה די עבודת התפילה און דערנאך גלייך מבית הכנסת גייט מען אין בית המדרש, וואס דארטן לערנט מען תורה בפשטות, אין דעם שכל פון תורה, און דערנאך איז הנהג בהן מנהג דרך ארץ, ולשוכי שמעתתא אליבא דהלכתא וויסן ווי אזוי מ'דארף זיך פירן אין ארץ, מסקנא בהנוגע למעשה, ווי מעשה שטייט נאך אין תורה, און דאס איז אלץ מאחד די ג'ענינים ביחד, ביז וואנענט אז דאס ברענגט אראפ דעם מקדש אדנ'כוננו ידיך בגלוי ובשלימות ובתמימות, וואס אין מקדש איז דאך געווען ביידע זאכן. מקדש איז א בית, מלשון הרמב״ם, א בית מוכן להקריב בו קרבנות, וואס דאס איז דאך דער ענין התפילה, תפילות במקום קרבנות תקנום, און דארט איז אויך געווען די לשכת הגזית, וואס פון דארטן איז תורה והוראה יוצאות לכל העולם כולו. און ויהי רצון איז, וועט מען מוסיף זיין בכל ענינים אלו, ככל האפשרי, וועט דאס נאכמערער צוהיילן דעם בנין בית המקדש, צוזאמען מיטן לשכת הגזית, און צוזאמען מיט והשיבה שהפטרך בראשונה למטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד ממש,

7ניחא בעליונים וניחא בתחתונים סיי אין גוף און סיי אין נפש, לערנען מיט א געזונטן גוף און לערנען מיט א געזונטער נשמה גם יחד, און דאס זאל מאכן געזונט די גאנצע וועלט כולה, מיט דער אמת'ער געזונטהייט, אז ס'ווערט א וועלט לתקן עולם במלכות שדן ד-י ווארום דאס ווערט א וועלט וואס שטייט שוין אין דעם מעמד ומצב פון גאולה האמיתית והשלימה, על ידי משיח צדקנו בפשטות, למטה מעשרה טפחים. וואס דערפאר איז אויך גיט מען יעדערן פון א שליחות נוספך, אף על פי וואס עיקר עבודה שלכם איז דאך, כאמור לימוד התורה, אויך דער ענין הצדחה, דער דריטער אמור, נוסף אויף דער ברכה בתורה תפילה, וואס דאס איז דער אמור ברכה בתורה תפילה וואס דאס איז דער עמוד התפילה, און דערנאך איז דער לימוד התורה וואס דאס איז דער עמוד התורה, און צוזאמען דערמיט דער עמוד הצדקה וגמילות חסדים, וואס דעמאלט ווערט דאס דער ברענגט גלייך אראפ דעם מקדש השלישי, ובפשטות, למטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד ממש, און מ'לערנט דעמאלט תורה חדשה מאיתי תצא מפי הקב",ה ומשי משיח צדקנו, ביז אין אן אופן פון לימוד, אין אן אופן של ראי בפרט נאך אז מ'איז נאך נאכמערער מוסיף אין לימוד פנימיות התורה און אין הפצת פנימיות התורה, בהידור בקיום המצוות, אנהויבנדיק פון קיום מצוות פון לימוד התורה, ומתוך שמחה וטוב לבב.

8לכה רבה, אז דער שעה טובה ומוצלחה איז געמאלט דאס הייסט.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים