Paragraph
Paragraph rh-2qy8z56e
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-m3nmn79m
- order
- 9g
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווערט ער אנגערופן ביום ראשון פרעגט מען דאך אויף דערויף די שאלה, היתכן אז מ'זאגט היום יום ראשון בשבוע, און דערנאך זאגט מען דעם שירה של יום, וואו ס'רעדט זיך וועגן יום ראשון של מעשה בראשית, איז דאך דאס פארשטאנדיק אז מ'מיינט דאס ניט סתם אז דאס איז א ראשון פון די ששת ימים לגבי ששת ימים שלאחרי זה, נאר דאס איז א ראשון לגבי כל הימים שלפני זה, כולל אויך, אז בשעת ס'רעדט זיך אין שנת תשנון אי פון שנת ה'אלפים תשנון אי איז דאס יום ראשון אין דעם יאר פון שנת ה'אלפים תשנון אי פון שבוע זה פון פרשה ברכה און חג הסוכות איז דאס א יום ראשון בדוגמא ווי ס'איז געווען דער יום ראשון, אדער יום אחד, ווי ער ווערט אנגערופן בכתוב, אז דאס איז א טאג וואס ער איז מיוחד און אויסגעטיילט פון כל הימים שלאחריו, ס'איז ניט שייך זאגן שלפני זה, ווארום פאר יום אחד איז דאך ווי די תורת המגיד הידוע איז דאך דעמאלט געווען דער בריאת הזמן, איז דער כל ענין הזמן התחדש געווארן בשעת ס'איז געווארן די בריאת
- proofread
- 0