Paragraph
Paragraph rh-2qry9t19
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-d3ssy9zx
- order
- 7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'שטייט דאך אין יום הששי, ערב שבת קודש, וואס דאס איז דאך א התחלה פון יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, וואס דער סיום אין שיעור חומש, און ווי גערעדט נעכט מן בארוכה לפי ערך, איז דאך כקרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, און בפרט נאך ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר, און ווי ער זאגט בדרך ארוכה וקצרה, און האט ער אויפגעגעבן די תורה שבכתב פון חסידות חב ד, ספר התניא, פון זינט דעמאלט איז דאס געווארן א מקור אויף נאכמערער מוסיף זיין אין הפצת המעיינות חוצה. וואס דאס האלט נאכמערער צו די קאתי דער מלכא משיחא, וואס דעמאלט וועט דאך זיין בתכלית השלימות דער קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, כמובן וגם פשוט. וואס דאס גרייטן זיך צו דעם שבת, וואס האט דאך אויך זיין שיעור אין חומש, וואס ס'איז דאך אבער פארבונדן מיט דעם שיעור אויך פון ערב שבת מערער ווי שאר שיעורים וויבאלד אז מ'זאגט א כלל אויף כל עניני שבת, ומי שטרח בערב שבת, איז אט דאס ווערט די אכילה בשבת, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד תורה זאגט דאס, איז דאס לכל לראש אין תורה עצמה און אין שיעורי תורה, אז דער שיעור פון שבת'דיקער שיעור איז פארבונדן מיטן טרח בערב שבת, מיטן ערב שבת'דיקן שיעור, ביז וואנענט אז ביום השבת ווערט דאס דעמאלט דער ענין פון אכל, און ס'ווערט דם ובשר כבשרו מיטן גאנצן שטורעם וואס א חילוק טוט-אויף, און דא איז מסיים דעם שיעור מיט ובחרת בחיים, און מיט אריכות הביאור אין רשי בזה, וואס לכאורה איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק, און וואס איז דא ניט פארשטאנדיק אין פסוק,
- proofread
- 0