Paragraph
Paragraph rh-2qmfzry1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9ra9r39f
- order
- FV
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין זיין ברכה פון טאג צו טאג. וואס דאס האט א ספעציעלע אונטערשטרייכונג, וואס בהשגחה פרטית האבן זיך דאך אלע צוזאמענגעקליבן אין ימי חנוכה, וואס חנוכה האט דאך מערערע זאכן פון וועלכע מ'לערנט זיך אפ, און לכל לראש אט די זאך וואס קומט ארויס דורך ליכטיקייט, און מ'זעט אז די ליכטיקייט פון טאג צו טאג, וויבאלד אז דאס איז ימי חנוכה, זעט מען דאס אויך בעיני בשר, אז פון טאג צו טאג קומט-צו אלץ מערער ליכטיקייט, דורך דערויף וואס ס'קומט-צו אלץ מערער ליכטלאך, און זיי ווערן אנגעצונדן פון דאס ניי אויך די ערשטע ליכטיקייט, פון צינדן ירם פון דאס ניי אויך אויף מארגן, צוזאמען דערמיט אבער איז מוסיף והולך מ'גיט-צו נאך א ליכטל, און דערנאך נאך א צווייטער ליכטל, ביז אז ס'קומט ווי די איצטיקע הדלקת הנרות, דעם אכטן טאג, איז אט דעמאלט צימדט מען אן די גרעסטע צאל וואס דער אויבערשטער האט געוואלט אז ס'זאל זיין אין נרות חנוכה, וואס דאס איז שמונה, און ווי דערציילט אויך אין תורה, דאס איז אויך א רמז און אן אנדעתונג, אז דאס פארבינדט אידן מיט דעם זמן אז ס'וועט זיין דער בית-המקדש, און אין בית-המקדש וועט זיין דער קינאו של שמונה נימין אט די כלי זמר וואס בשעת ס'איז געווען דער בית-המקדש און מ'האט מקריב געווען קרבנות האבן די לוים דערביי געזונגען שירים, און אויך מיט כלי שיר, וואס צווישן זיי איז אויך געווען א קינור, איז דער קינור וואס וועט זיין לעתיד-לבוא בא דער גאולה וועט ער האבן שמונה נימין, וואס דערפאר, איז זאכן וואס זיי זיינען פארבונדן מיט לעתיד-לבוא איז אין דעם מספר פון אכט, וואס דאס איז אויך דער מספר פון ימי חנוכה, ווי דערמאנט פריער,
- proofread
- 0