Paragraph
Paragraph rh-2nbfn9n7
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a1jkfder
- order
- eI
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ובכללות, אז מתוך שמחה וטוב לבב, באווייזט זיי דער אויבערשטער אז זיי פילן, אפילו דער גשמיות'דיקער גוף, אז זיי האבן דעם אויבערשטן ברכה והצלחה. דאס קומט אויך ארויס אין ברכה והצלחה בפשטות, דורך הרחבה אין פרנסה און הרחבה אין געזונט. און עוד והוא העיקר, אז מ'האט אמת'ן אידישן נחת פון זיך אליין, ועוד ועיקר אמת'ן אידישן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, און מ'האדעוועט און מ'זעט אויך אין די קינדער, אז זיי גייען אויך אין די וועג פון די עלטערן, און וואס נאך מערער, זיי באגנוגענען זיך ניט מיט די דערגרייכונגען פון די עלטערן, נאר זיי זיינען זיך משתדל, אפשר וועלן זיי קענען טאן נאכמערער, און ווי מ'זעט דאך בטבע בני אדם, ווי תורה דערציילט, אז בקל אדם מתקנא חוץ מבנו ותלמידו, אז בשעת מ'זעט אז א קינד איז מצליח און האט אויפגעטאן נאכמערער אין עסקנות ציבורית, אדער נאכמערער אין פארשפרייטן אידישקייט און גוטסקייט ארום זיך, מער ווי דער טאטע האט געטאן, אדער דער מאמא האט געטאן, אדער די זיידע באבע טוען איז האט מען דערביי ניט קיין קנאה, נאר אדרבא דאס גיט נאכמערער צו אין דעם אמת'ן נחת וואס מ'האט פון קינדער און קינדס-קינדער, און דאס גיט נאכמערער צו אז מ'זאל אויך אין די קינדער פועל זיין, אז זיי זאלן מחנך זיין זייערע קינדער אין דעם וועג, און זיך אויך ניט באגנוגענען מיט די רייכיקן ביזיז, נאר טאן אלץ מערער און מערער.
- proofread
- 0