פסקה
פסקה rh-2mrr4me3
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-jraw85e1
- order
- AK
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}- content
- ובפרט נאך אז דאס קומט אראפ אויך מצד דער נשמה, איז דאך אין דערויף ניטא דער חידוש, ווארום דאס איז דאך א חלק אלוקה ממעל, במילא איז פארשטאנדיק אז א חלק אלוקה איז ניט שייך פאנאנדערטיילן צווישן איין חלק מיט א צווייטן חלק, דער חידוש איז דאך דאס, בשעת ס'קומט אראפ אין גוף, און מ'זעט און מ'טאפט אן אין חוץ המישהו טאפט מען אפ דעם גוף, און מצד הגוף ווערט דאס אויפגעטאן, במילא איז פארשטאנדיק, אז דאס דארף זיך אויך אויסדריקן אין עניני הגוף בפשטות, וואס עניני הגוף בפשטות איז דאס עניני אכילה און שתי', ובפרט נאך אז די אכילה און שתי' איז דאס אויך די שלילה פון דעם היפך האכילה און שתי' וואס ס'איז דא אין תשעה באב. וואס דאס איז נאכמערער מדגיש דער פארבונד פון תשעה באב, וואס שלימות שלו און דער תכלית שלו און די מטרה שלו איז דאך ווי ער זאגט אין ילקוט, אז דאס וואס עולה ארי' מסובכו דער ענין פון תשעה באב, איז דאס געווען על מנת ווי דער לשון פון מדרש איז אין ילקוט, על מנת כדי ס'זאל זיין דער [ארי'שע?] גמילה יראה וואס דאס גייט אויפן אויבערשטן גאולת ישראל, אויך מיט אזא שטורעם ווי דאס איז פארבונדן מיט ארי' און ארי' דקדושה. וואס דאס איז דאך אויך פון די ענינים וואס זיינען נאכמער מדגיש דעם ענין פון גדולה לגימה שמקרבת אין חמשה עשר באב, אף על פי וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן אויף יעדער לגימה, און נאך מערער, אז דאס רעדט זיך גאר דער פשטות לשון הגמרא איז דאס ניט נאר בנוגע צו אידן, נאר דארט רעדט זיך גאר וועגן אומות העולם, וועגן גדולה לגימה שמקרבת. און דא זאגט מען, אז דא איז גדולה לגימה שמקרבת קומט נאך צו אין דערויף א לגימה מיוחדת, ווארום דאס איז די לגימה וואס קומט ארויס אויף שולל זיין, במילא ווערט דאס בתכלית השלימות אין לגימה, שולל זיין דער העדר האכילה און שתי ווי
- proofread
- 0