Paragraph
Paragraph rh-2mhqngyc
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-t2bqf5ep
- order
- HM
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- א חסרון פון א שנה וואס איז נאך ניט בעולם, ואת א שנה וואס וועט זיין לאחרי זה איז מען שוין משלים דעם חסרון וואס איז אין איר דא לגבי שנת החמה, וואס דאס איז נאכמערער מדגיש סובב גוור דער יעוד פון לעתיד-לבוא, וואס ס'איז דוקא אין דעם לעתיד-לבוא וואס קומט על ידי וואס משיח עתיד לאתבא צדיקייא בתיובתא. ו. וואס דאס איז אויך דער לימוד פון ואחי יתונה לבו פון די אושפיזין פון היינטיקן טאג, וואס דאס איז, כאמור, יעקב, און דערנאך אויך פון די פנימיות'דיקע אושפיזין איז דאך אויך אנהויבנדיק פון אושפיז וואס בראש פון יום זה ולילה זה, איז דאך דער כללות האושפיזין, אברהם יצרק יעקב און דערנאך משה ואהרן און יוסף ודוד. על דרך ווי די חסיד'ישע אושפיזין על הסדרן איז דאך אויך דער בעל שם טוב און דער מגיד און דער אלטער רבי און דער מיטעלער רבי און דער צמח צדק און דער רבי מהרש און דער רבי נשמתו עדן, און נוסף דערנאך כולט כל הענינים, נשיא דורנו יוסף כנגד שמיני עצרת, כמדובר לעיל. און דער אאשפיז פון היינטיקן מעת לעת, אנהויבנדיק פון דער נאכט, איז דאס דער ענין און די לימודים וואס מ'נעמט ארויס פון ענינו וחייו, פון יעקב איר שנקרא גם כן ישראל אף על פי כן איז החזירי הכתוב, און ער האט אויך א לימוד ווי ער שטייט אין מעמד ומצב פון יעקב כמדובר כמה פעמים, הלימוד ביז התורה נצחית, הלימוד בכל יום ויום, ועל דרך זה אויך אין דעם חסידישן אושפיז, וואס דאס איז דער אלטער רבי, וואס האט אויך אויסגעטיילט דערמיט וואס ער האט אויך צוויי נעמען, און נאך מערער על דרך החילוק מן הקצה אל הקצה ווי ס'איז יעקב'ס נעמען, אז דאס איז עקב און דאס איז ראש,
- proofread
- 0