עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-2hfc1c8z

kind
paragraph
order
NF
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז די אידן און די מענטשן וואס שטייען ארום אים אפילו קטנים שבקטנים, אז כאטש אפילו זיי זיינען בשעת מעשה ניט אוכל און ניט שותה, ואיזה אופן שיהי', ענטפערן זיי אויך אויף דערויף אמן אויף זיי באשטעטיקן און זיי בארענדיקן דעם נצחון, וואס דאס איז דאך דער פירוש אין אמן דעם נצחון אויף אלע מדידות והגבלות, כולל די מדידה והגבלה פון דעם קינד אדער פון דעם ערוואקסענעם סיי מאנסביל און סיי פרויען, וכמדובר כמה פעמים, ביז וואנענט אז נאך זייענדיק אין מיטן פון גלות, און אין גלות עצמו אין דעם גלות הכי אחרון, וואס דאס איז דאך דער גלות אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער, איז דורך דערויף וואס מ'איז נאכאמאל מזרז און דערמאנט זיך, און אלעמען ארום זיך, אז שהכל נהי'בדברו איז דאס נאכמערער מוסיף אין תורה ומצוותי'סיי ביי דעם וואס מאכט די ברכה סיי ביי דעם וואס הענטפערט די ברכה, און ענטפערט אמן. איז נאך פארקערט, ס'איז ביי אים נאך גרעסער זיין אויפטו, ווי דער ענין פון אמירת אמן, איז דאך גדול העונה אמן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions