Paragraph
Paragraph rh-2gf8hj8r
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אלע מחונכים און די מחונכות וואס ס'איז געווען אין איר כתה, בשעת זי איז געווען א מראה, א לערערן, אדער בשעת ס'איז געווען אין דער כתה פון אירע תלמידות, וואס זיי האבן שוין געהאט אויך כתות פון זיך אליין, האבן זיי אויך דערציילן וואס ס'איז ביי איר צוגעקומען, אדער ביי אים צוגעקומען, אין דער הסברה, אין דער פארשטענדניש, ווי אזוי די זאך איז וויכטיק, און ווי אזוי די זאך איז גוט, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און ווי אזוי די זאך איז אן עיקר, און אן עיקר גאר דורך דעם, אז דורך דערויף ווערט מען נאכמער פארבונדן מיטן אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער מקור כל הברכות, פון אים ווערן געגעבן אלע ברכות, ביז מאה ברכות בכל יום, ווי גערעדט מערערע מאל, נאך אין די טעג פון ספירת העומר, וואס דאס איז דאך אויך כולל, אז אף על פי וואס מ'מאכט איין ברכה בכל יום, איז דאס כולל אין זיך די אלע ברכות וואס מ'מאכט אין די טעג פאר דעם, און דאס ווערט אויך א צוגרייטונג צו די אלע ברכות וואס מ'מאכט אין די ספירת העומר אין די טעג וואס זיינען נאך פארבליבן פון ספירת העומר, ביז וואנענט אז אין די אלע ברכות קומט-צו נאכמער ברכה און נאכמער הצלחה און נאכמער ווירקזאמקייט, אויף פארשפרייטן אידישקייט בא זיך אליין, אין דעם אייגענער הארץ, און די גאנצע משפחה און דער גאנצער הויז אין וועלכע מ'געפינט זיך אלס א מוטער, אדער אלס א קרת הבית, אדער אלס א טאכטער, אדער אלס א קינד, אדער וכיוצא בזה, איז על דרך ווי דער אויבערשטער גיט כח אין דער תורה, אז מ'זאל דאס צוגעבן אין אזא אופן, אז דאס וואס מ'גיט-צו ווערט דאס בדוגמא ווי א קערנדל פון א פרי, וואס בשעת מ'זייט דאס איין אין א פאסענדן ארט ווארט דערפון אויף א גאנצער בוים מיט נייע פירות, מיט נייע קערנדלעך,
- proofread
- 0