עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-2fchcs80

kind
paragraph
order
eQ
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
על המטה וכיוצא בזה בשעת ס'איז דא תפילת מוסף, זאגט מען דאך דאס אויך אין שמעי ישראל אין תפילת מוסף, על אחת כמה וכמה אז ס'איז נאך דא תפילת נעילה, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, וואס דאס איז פארבונדן אויך וואס ביז איצטער האט זיך דאך יעדערן פון אייך געפונען אלס אן אורח שלא במקום דירתו, במילא האט ער דאך געהאט די שמירה מיוחדת שמירה וואס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן ווען ער פארט ארום, האט ער דאך א שמירה מיוחדה אויף זיין ארומפארן און זיין אלס אן אורח, ס'זאל זיין בהשלחה רבה ומופלגה, אז מ'זאל גאר ניט דארפן אנקומען צו שמירה, און דערנאך, בשעת די קץ פארט זיך פאנאנדער, און מ'פארט זיך פאנאנדער מיט א החלטה גמורה, אז דאס איז מערניט ווי א פאנאנדערפארן בגשמיות, אבער ברוחניות, איז ווי דערמאנט פריער בלייבט בתקפו דער מה טוב ומה נעים, שבת אחים גם יחד וואס אין דערויף, אין דעם ווארט אחים אין פסוק זה מיינט מען דאך סיי אנשים מיט אנשים און סיי נשים מיט נשים און סיי טף מיט טף וכולם ביחד, אין אן אופן המותר על פי תורה, דער גם יחד,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions