Paragraph
Paragraph rh-2eyx0k22
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-21s7dcns
- order
- Zt
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דעם כתר שוין למעלה הימנו וואס דאס איז פארבונדן מיט כתר העשירי, מיט עלי'העשירית, וואס דאס איז דאך דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה. און אט דאס איז אויך כיש לו, לומר על כל פנים בדרך אפשר, אז דאס איז וואס מ'זאגט אז אין גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דער לעתיד לבוא וואס דארף קומען, און וועט זיכער קומען תיכף ומיד, דער אחרי תפילת המנחה, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס מיט א נתינה לצדקה אויף מאכן יעדערן פון די וואס געפינען זיך דא א שליחות א שליח אדער א שליחה אויף געבן אויף צדקה, איז דאס נאכמער ממהר ומזרז את הגאולה, ביז שלימות הגאולה. וואס דאס איז אויך דער ביאור האמור, אז אויך לעתיד לבוא, וויבאלד אז שכר מצוה מצוה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס וואס אין זמן הגלות, ועד'ז אין תענית אסתר, און בשנה שעברה ובשנים שלפני זה, איז דערנאך געווען באזונדער דער ענין פון גאולת פורים, און באזונדער די גאולת פסח שלאחרי זה,
- proofread
- 0