עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-2agt2dxq

kind
paragraph
order
3R
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'האלט דאך שוין אין דעם פערטן טאג פון ימי הסוכות, וואס דער ענין פון סוכות איז דאך פון שבעת ימים, במילא איז דער פערטער טאג איז שוין דער רוב פון ימי הסוכות איז כרובו ככולו איז דאך א כלל בכל התורה כולה, עאכו כמה וכמה אז ס'איז פארבונדן נאך מיט אן ענין של שמחה וואס ס'איז פורץ כל הגדרים, איז דאך א זיכערע זאך, אז דער גדר פון דער חילוק צווישן רובו און כולו האט אן ארט אז דאס זאל דאס ביתר שאת וביתר עוז בטל ווערן, און זאל ווערן ביז כולו ממש, וואס כולו ממש איז דאך כולל שמחתנו במשך פון שבעת ימים רצופים, וואס דאס איז דאך אויך כמדובר כמה פעמים על פי כתבי האריז ל, אז וויבאלד דאס איז שבעת ימים רצופים איז דאך דאס כולל יעדער טאג פון ימי השבוע, במילא שפיגלט דאס אפ אין זיך דעם תיקון און די השלמה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions