Paragraph
Paragraph rh-25njgd4r
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-c331txar
- order
- i
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ביחד, אן איין און איינציקע מציאות פון יחידה ליחדה, ווערט דאס די יחידות שבכל אחד ואחת. וואס דאס איז דאך ווי דער חלק המשיח וואס ס'איז דא אין יעדער אידן און אין אלע אידן, בפרט נאך אין כללות אידן, ווען מ'קלייבט זיך צוזאמען כמה פעמים עשרה, אין א בית מעשים טובים און א בית הכנסת, און א בית פון תורה, ועוד והוא עיקר, אז ס'ווערן כל הענינים ביחד אין איין און איינציקע נקודה, וואס די נקודה שטייט בגלוי אין דעם זמן ומקום פון גאולה האמיתית והשלימה וואס הויבט זיך אן דוקא אין דעם מקום, און ס'ווערט דערנאך בגלוי ביז דער תכלית השלימות והאמיתית, דער תכלית האמיתית פון כל הענינים פון דער גאנצער וועלט, וואס דאס איז דאך דער ענין פון דירה לו יתברך ווערט דאס דוקא בתחתונים שאין תחתון למטה הימנו, און דאס פארבינדט יעדער אידן און אלע אידן מיט זיין יחידו שבנפש, וואס דאס פארבינדט מען מיט די יחידה כללות, מיט משיח צדקנו, יבוא ויגבלינו ויליכינו קוממיות לארצנו תיכף ומיד ממש. און מ'גייט צוזאמען מיט די תורה חדשה וואס משיח וועט גלייך זאגן, און דערנאך איז דער המשך וואס דער אויבערשטער זאגט, די תורה חדשה
- proofread
- 0