Paragraph
Paragraph rh-25eyt85g
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-19aprpmm
- order
- Es
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צוזאמען האבן דאך די אמונה שלימה, און אמונה אמיתית די שטארקע אמונה, אז אט אט ממש האט מען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס אט דעמאלט וועלן דאך יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז און מיר אלע צוזאמען וועט זיין אין אן אופן פון ראה יעדערער פון אונז וועט זען, ווי אזוי מ'געפינט זיך ביי הקדושה, און דארטן ירושלים עיר הקודש ובהר הקודש, און מ'זעט דעם בית-המקדש מיט אלע זיינע חלקים, אין אן אופן פון ראה, און מ'איז אויך דארטן ווי דער בית-המקדש וועט זיין געבויט, וואס דעמאלט וועט מען דאך ווי דערציילט נאך שני דעם ענין ווי אזוי מ'ברענגט קרבנות, און ווי אזוי מ'ברענגט זיי דוקא אין דעם הייליקן ארט, וואס דאס איז דער בית-המקדש. און כמצות רצונך, אז בקרוב ממש וועט יעדערער פון אונז נעמען איינטייל אין ברענגען מיט זיין שכן כהנים בעבודתם ולוים בדוכנם וישראל במעמדם, אז יעדערער פון די אידן האט געהאט א פארשטייער אין דעם בית-המקדש בשעת מ'האט מקריב געווען
- proofread
- 0