Paragraph
Paragraph rh-251175hm
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3av7n7w7
- order
- 36
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאך כמדובר כמה פעמים, איז בכל שנה ובכל פעם, איז ענינים פארבונדן מיט תורה און מיט אידישקייט בכלל איז אלעמאל דא א חידוש, און ניט נאר א הוספה סתם, נאר אויך א חידוש, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו ראש-השנה, אז דעמאלט איז אן אור חדש, וואס נאך קיינמאל אזא מין אור ניט געווען, קומט צו אזא אור חדש בכל שנה ושנה, אויך א חדש לגבי שנה שעברה, ביז לגבי כל השנים שעברו, על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, אז אין יעדער פרט פארבונדן מיט תורה קומט-צו א תורה איז דאך חדשים באמת קומט-צו אויך א חידוש, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אין קביעות השנה איז דאך דא אויך שינויים וחילוקים מפעם לפעם, איז אויך די קביעות פון ווי דאס איז בשנה זו, ביז אויך כנוגע צו ערב ראש השנה הבאה, וואס דאס איז דאך דער היינטיקער טאג, איז אויך דא א שינוי וואס דער שינוי לערנט אויך א חידוש, וואס לא הי'בשנים שלפני זה, און אויך ניט בשנים שלאחרי זה. און דאס קומט ארויס אויך בהנוגע לפועל, ובגלוי בערב ראש השנה, ביום זה. וואס וואס איז דער חידוש אין ערב ראש השנה זה לגבי ערב סתם ערב ראש השנה, אפילו אויך לגבי ערב ראש השנה, וואס ענדיקט זיך א שנת השמיטה און גייט אריין אין שנת הקהל, וואס ס'איז דאך שוין געווען כמה וכמה פעמים, איז בשעת מ'גיט א קוק אין די הלכות פארבונדן מיט ערב ראש השנה דוקא בקביעות שנה זו קומט-צו א הלכה חדשה, וואס ס'איז ניט געווען בכמה קביעות'ן פון ערב ראש השנה, פון שנת
- proofread
- 0