Paragraph
Paragraph rh-22bsj42x
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- FV
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיכער האבן די מעגלעכקייט, און וויבאלד אז זיי זיינען אן עם חכם נוצן זיי אויס די מעגלעכקייט אין דער פולסטער מאס, אז ס'זאל ניט זיין סתם אז ס'איז צוגעקומען נאך א טאג איז צוגעקומען נאכאמאל אז מ'חזר'ט איבער די זעלבע זאך, נאר ס'ווערט בכל יום חדשים א נייע זאך, א נייע לעבעדיקייט, דורך דערויף וואס ס'קומט-צו נאכמער פארשטאנד, ביז א נייער פארשטאנד, וואס אמת'ער לעבן איז, און וואס אמת'ער אידישער לעבן איז, און וואס אמת'ע אידישע אויפפירונג איז, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק אין אזא מין עיקר'דיקע זאך, אז וואס אן אמת'ע אידישע הויז איז, און ווי די עקרת הבית, די אנפירונג פון דער אויפפירונג פון דער הויז, וואס דאס איז דאך די באלעבאסטע און זי פירט אן און זי שטעלט-איין ווי דער מאן זאל זיך פירן אין הויז, על אחת כמה די קינדער, און אין אן אופן ווי מ'לערנט אפ פון ספירת העומר, וואס בשעת מ'ציילט זאכן איז דאך דא צוויי וועגן, אז מ'ציילט די זאך וואס ס'איז צוגעקומען, און אז מ'וויל דערמאנט מען אויך, אז דאס איז ניט דעם ערשטן מאל וואס מ'האט באקומען די זאך, נאר ס'איז שוין געווען אמאל מערערע טעג פאר דערויף, במילא זאגט ער, אז דאס איז ניט דער ערשטער טאג, ניט איין טאג, נאר דאס איז דער צווייטער טאג אדער דער דריטער טאג וכו בשעת ס'קומט צו ספירת העומר, וואס דעמאלט איז דער נוסח פון ספירת העומר, אז ניט מ'זאגט אז דאס איז דער יום שני לעומר אדער דער יום שלישי לעומר דער צווייטער טאג אדער דער דריטער טאג, נאר מ'זאגט אז דאס איז שני ימים און שלשה ימים, ביז אזוי אויך בנוגע צו וואכן, אז דאס איז שבוע אחד ביז שבע שבתות, ביז זיבן פולע וואכן, תמימות תהיינו לכם, וואס דאס באווייזט ווי דער איינפאכער אפטייטש אין דעם, ובפרט נאך בשעת מ'לערנט תורה גיט מען אין דערויף אריין נאך א טיפרן אינהאלט, אז מ'האט אין צוגאב וואס ס'קומט-צו
- proofread
- 0