עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-20wtbsnm

kind
paragraph
order
9
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויף די אלע וואס ארום זיך וואס זיינען מחוייב במצוות, אז זיי זאלן מקיים זיין די מצוות אין וועלכע זיי זיינען מחוייב, וואס די אלע זאכן קלייבן זיך צוזאמען אלס זכיות פון יעדער אידן און פון אלע אידן און פון דעם גאנצן אידישן פאלק, אויף נאך מערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער קיום פון די אלע מצוות און פון יעדער מצוה, אין אן אופן מיוחד, אין א ספעציעלן אופן, כמצות רוצונך, ווי ער לעבט אין ספרים, ובפרט נאך אז ס'איז דאך מנהג ישראל וואס ווערט אלץ מער נתפשט, אז יעדער בר-מצוה אדער בת-מצוה אין דעם טאג פון זייער בר-מצוה אדער בת-מצוה זיינען נוסף גיבן פון זייער אייגענע געלט אויף צדקה, אדער נוסף אויב זיי גיבן בלאו הכי צוליב די געלעגנהייט פון דעם גרעסטן גליק פון ווערן א מחוייב במצוות, און מה טוב, אז זיי זאלן אזוי אויך טאן די עלטערן זייערע, און די באבעס מיט די זיידעס, און די עלטערע ברידער און די שוועסטער, און דאס אלץ ווערט פאראיינציקט נאך מערער יעדער אידן מיט אלע איבעריקע אידן, ובפרט דורך קיום המצוות און דורך לימוד התורה, ביז וואנענט אז
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions