Paragraph
Paragraph rh-1y6avzzg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-mmz23g9t
- order
- h8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז אויך אט דאס וואס מ'נעמט פון דער סדרה, אט דאס וואס דער בעל ההילולא האט זיך מוסר-נפש געווען אויף מפיץ זיין לימוד תורה שבכתב און לימוד תורה שבעל-פה, און ווי דערמאנט פריער אפילו בנוגע צו שבע מצוות בני מוח, צו די גויים וואס זיי זיינען געווען בסביבתו און זיי האבן מיט אים פארבונדן זיך, האט ער דאס אויסגענוצט אויף בא זיי פועל זיין אין ענינים פון די שבע מצוות, און האט דאס דורכגעפירט בפועל וואס המעשה הוא העיקר, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס ווערט אויך על דרך ווי ס'איז געווען בחיים חיותו בעלמא דין, איז דאך געווען זיין שליחות בעולם, ווי ער האט דאס באטראכט, און ווי דערמאנט כמה פעמים, אויף צושטעלן כשר'ע מעלט אויף פסח, וואס דערמיט ווערט דערנאך די מזונות פון כל השנה כולה בתכלית הכשרות, ווען מ'פירט אויס דער תכלית הכשרות בהנוגע צו קמחא דפתחא, ביז וואנענט אז ביי אים איז דאך דאס געווען פארבונדן אויף באקומען דעם רשיון מיט מסירת-נפש, פארן אין עיר הבירה שבימים ההם, און פון דארטן ברענגען א רשיון, וואס לויט דעם רשיון האט מען באקומען די מעגלעכקייט אז ס'זאל
- proofread
- 0