עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-1y4c5rz6

kind
paragraph
order
Q2
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי יאיר לנו און אין א ווייסן אופן, ווי דאס איז דאך געווען דער צבע, דער כלור פון די בגדו כהן גדול, בשעת ער איז אריין אין קודש הקדשים, ובכלל אין די עבודות פנים איז דאך געווען אנגעטאן אין בגדי לבן, איז דאך תורתינו תורת חיים גיט כח יעדער אידן, אז ער זאל קענען דורכפירן יעדער רגע פון יעדן טאג און פון יעדן יאר, אז ער זאל זיין אין א מעמד ומצב פון א כהן גדול, ווי דער כהן גדול געפינט זיך אין בית המקדש, אין דעם הייליקסטן ארט פון בית המקדש, אין קודש הקדשים, אזוי ווי דער כהן גדול איז דאך דער הייליקסטער צווישן אלע אידן ווערט דער כח געגעבן צו יעדער אידן צו אלע אידן, אפילו צו קליינע קינדער, אז זיי זאלן זיין בכל השנה כולה אין א מעמד ומצב פון א כהן גדול אין קודש הקדשים וביום הכיפורים. און דאס זאל זיין אין א פריילעכן אופן, וואס דערפאר איז דאך דער טאג פון יום כיפור פארבונדן דערמיט וואס גלייך ווי ס'ענדיקט זיך דער טאג זאגט מען
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions