עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-1x3kdw97

kind
paragraph
order
A
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואלט דער אויבערשטער מצליח זיין, צו יעדערן פון אייך, בתוך כלל ישראל, אז ס'זאל מקויים ווערן די ברכות האמורות לפני זה, וואס זיי זיינען דאך שייך צו יעדערן העוסק בלימוד התורה, ווי דער פסוק זאגט באריכות גדולה, אז אם בחוקותי תלכו וואס פשטות הענין איז דאך, אז דאס מיינט מען דער שקלא וטריא און די הליכה, וואס דאס איז דער אמת'ער ענין ההליכה בשעת ס'איז שקלא וטריא, על אחת כמה וכמה אז די שקלא וטריא קומט דערנאך ארויס לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, הדבר הוי'זו הלכה, כמדובר כמה פעמים. און יהי רצון, אז ווי דער רמב'ם איז מבאר בארוכה די אריכות בתורה אין די יעודים גשמיים, איז כדי צו דאס צו מפרסם-זיין נאך מערער, אז יעדערער וואס לערנט תורה גיט אים דער אויבערשטער, איז דער אויבערשטער מבטיח, און גיט אים די אלע יעודים גשמיים, כדי ער זאל קענען לערנען מתוך שמחה וטוב לבב
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions