פסקה
פסקה rh-1phb2s4a
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-cee8sx0d
- order
- Gg
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פרויען מערער ווי ביי מענער, און זיי זיינען דאך אויך עקרת הבית און ס'הענגט דאך אפ אן דער פרוי די גאנצע שטימונג און דער גאנצער הויז פון וועלכע זי איז די עקרת הבית, איז אט דעם שטורעם מיט וועלכן זי נעמט-אן די ידיעה, אז מ'גרייט זיך צו מקבל-זיין די תורה נאכאמאל פון דאסניי, פון דעם אויבערשטן אליין, וויבאלד אז ס'קומט דער זעקסטע טעג אין סיון, באנייט דער אויבערשטער נאכאמאל פון דאסניי, אבער מיט א באנייטע פריילעכקייט און מיט א באנייטע לעבעדיקייט, ווי דערמאנט פריער. איז וויבאלד אז זיי זיינען געווען גלייך בהתחלה, און ווי דערמאנט פריער, האט מען דאס געהייסן אריינשרייבן אין תורה, אז דאס זאל בלייבן אן אייביקע הוראה און אן אנווייזונג און א לערנונג, אז יעדער יאר, אז ס' קומט די צייט פון צוגרייטן זיך צו קבלת התורה, צו מקבל-זיין די תורה פון דעם אויבערשטן אליין נאכאמאל פון דאסניי הויבן זיך אן די צוגרייטונגען צום אלעם ערשטן דורך אידישע פרויען, וואס זיי ווירקן אויף דערויף איין און אין דער ריכטונג אויף דער גאנצער שטימונג פון דער גאנצער הויז, און ווירקן דאס אין אזא מין אופן, אז דער ווירקונג האט א הצלחה, און זי נעמט-דורך אט די אלע מיטגלידער פון דער הויז אויף וועלכע זיי ווירקן איין, אז די מיטגלידער פון דער הויז, ביז וואנענט די גאנצע הויז, זאלן ווערן דורכגענומען מיטן גייסט פון תורה, און מיטן גייסט פון צוגרייטן זיך צו מקבל זיין די תורה, נאך טעג, איידער ס'קומט דער רגע און דער טאג פון קבלת התורה פון מתן התורה, און דערנאך קומט אלץ מערער צו, ווי מ'זעט דאך אויך אין צוגרייטונגן צו יעדער יום-טוב, אז מ'הויבט דאס אן מיט עטלעכע טעג פאר יום-טוב, און פון טאג צו טאג ווערט די לעבעדיקייט אין דער צוגרייטונג, און די שנעלקייט אין דער צוגרייטונג, און די פריילעכקייט אין דער צוגרייטונג אלץ מערער און מערער, ביז וואנענט מ'קומט צו אט דער רגע וואס
- proofread
- 0