English
ספרייה
kind
paragraph
order
lu
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
עאחת כמה וכמה ווי דאס איז אין פנימיות התורה, על אחת כמה וכמה אז אין פנימיות התורה האט מען שוין די הבטחה פון דעם אויבערשטן אז ער איז זיך אויך משתתף מה שהוא מצוה לאחרים לעשות, איז ער דער מתחיל אז ער מפיץ זיין די מעיינות חוצה, הויבט זיך גאר אן פון דער צייט, ווי מ'זעט דאס אויך בגלוי, אז ס'איז געווען א צייט וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אז מעשה מרכבה איז שייך מערניט ווי ביחיד וכו'וכו.' און דערנאך איז געקומען די צייט, ווען על ידי האריז'ל האט מען מגלה געווען, אז מצוה לגלה זאת א חכמה וואס דאס גופא איז דאך מדגיש, אז מ'דארף איר ערשט מגלה זיין, און ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, וכמדובר כמה פעמים, אז אמת'ע הפצת המעינות חוצה בשלימות האט זיך ערשט אנגעהויבן נאך די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, ועל ידי זה תורת חבב, ועל ידי זה כל הדורות שבהם אחריו, וואס יעדערן פון זיי, אפילו די וואס בא זיי איז דאס נאך ניט בגלוי, זיינען זיי אבער בפועל תלמידיו און מקבלים, על דרך ווי אלע אידן זיינען געווען מקבלים פון משה רבינו, אפילו אט די וואס בגלוי האבן זיי געהאט א שייכות, ביז אין אן אופן הפכי, איז גלייך דערנאך מתגלה געווארן א מקום נתבצר להם, און ביז וואנענט אז עשו תשובה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים