English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

21 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1מ'שטייט דאך אין דער התחלה פון ימי הגבלה, פון הגביל את העם וקידשתי און את ההר וקידשתי וואס דאס קומט נאך די התפעלות וואס מ'האט געזען ויחן שם ישראל נגד ההר כי איש אחד בלב אחד און דערנאך איז מען געקומען נאך א טאג דורכגעגאנגען, וואס אויך דעם טאג ווערט דאך אנגערופן יום המיוחד וכו איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט איז אויך די צייט, צוזאמען מיט די הודאה פון ויחן שם ישראל נגד ההר און דער אויבערשטער אליין האט מכריז געווען, אז איצטער זיינען אידן ראוי שוין ביום זה לקבל את התורה, האט אויך דער אויבערשטער, בו את אחת דערמיט, אויך אנגעזאגט, בנוגע צו הגביל את ההר וקדשתו ביז וואנענט מעלות בהר און נוגע בקצוהו. וואס דאס איז אויך מדגיש, אז וואס באווארנט מען דא, אז ס'קען דאך זיין עלות בהר על דרך ווי ס'איז געווען במי אהרן לאחרי זה, וואס כוונתם איז דאך געווען על דרך פון די וואס בנוגע צו עלות בהר און ניטא די הדגשה, אז ס'מוז זיין

2דערנאך די ירידה מן ההר, און ביז וואנענט אז תורה לא בשמים היא און ס'דארף דוקא זיין בארץ און אז מ'דארף וועגט אן ענין של ספק, זאגט דער אויבערשטער אליין, אז ער איז בית דינו קומען צו אידן דא למטה און פרעגן בא זיי ווי ס'דארף אויסקומען על פי התורה, וואס דאס איז דאך דוקא נאך דערויף ווי ס'איז געווען די עלי'אל ההר איז אבער דערנאך גלייך געווארן, אז ס'זאל דערנאך אראפקומען לאחרי הירידה, און דעמאלט איז פארקערט, ווערט גאר דער עיקר דוקא בארץ מתחת, בארץ הזלתו התחתון שאין תחתון למטה הימנה, און דארטן ווערט די תורה, לא בשמים היא נאך דוקא דא בארץ, וואס דערפאר איז צוזאמענזעענדיק ווי אידן שטייען אין אזא מין מצב איז פארשטאנדיק אויך ווי ס'קומט דעמאלט די הזהרה הפכית לכאורה, אז ניט נאר אז ס'דארף זיין נזרע פון עלת בהר לאחרי מתן תורה, נאר אפילו נוגע בקצוהו, וואס דאס קען דאך ברענגען, וויבאלד אז ס'האט דעם תוקף און דעם ברענגט פון הר סיני, איז דאך ביז וואנענט אז ס'קען דערנאך ארויסקומען

3דער היפך פון השנה איננו עוכול ער גלייבט אין זיך גאנצע מציאות, כמדובר כמה פעמים. באווארנט מען דאס צוזאמען מיט דעם תכלית השלימות וואס אידן האבן דערגרייכט בשעת עלי'להר, וואס די הכנה לזה מצד אידן זיינען זיי שוין געווען גרייט דערצו אין ראש חודש סיון, על אחת כמה וכמה אין די טעג לאחרי זה, אויך דער אנזאג פון הגבלה איז אויך אנגעזאגט געווארן בהמשך מיט דעם ענין וואס דער אויבערשטער האט מכריז געווען, אז מ'זאל וויסן זיין, אז ס'איז ממלכת כהנים, וביחד עם זה דארף זיין דער ענין פון א כהונה אין אזא אופן, אז ס'ווערט א גוי קדוש וואס דער ענין פון גוי איז דאך דוקא פארבונדן מיט ארץ לזו התחתונה, מיט עולם הזהר התחתון, וואס דאס איז דאך אויך נרמז אין דעם ווארט גוי ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין תורה אור בתחילתו די השתלשלות הדרגות, און דערנאך מאר בארוכה אין די הארות פון צמח צדק, אויף דעם דרוש אין תורה אור, ווי אזוי גוי איז דאס אויך די השתלשלות ווי אין ספירות עצמם. און דעמאלט דארף מען אויך האבן דער ענין אין דעם כתבי ההפכי

4באווארענען דער ענין הצדקה, וואס צדקה תרומם גוי אז דאס זאל, קוקנדיק וואס מ'ווערט און מ'האט די שליחות דוקא דא למטה, זאל זיין אויך בשעת מעשה דער ענין ווי מ'זאגט אין פרשת השבוע נסעו את ראש פארבונדן מיטן משכן וואס איז דוקא געמאכט געווארן פון כסף זהב און נחושת פון ענינים גשמיים, י'ג'ענינים, ט'ו'ענינים, און דארט זאל זיין ושכנתי ניט נאר אין דעם משכן, נאר אפילו בתוך כל אחד ואחד, כולל כל הדר גות ביי אידן, פיז אין דעם ענין וואס מ'דארף האבן תרומם גוי, וואס דארט איז דאס א הכרח גמור. עאכו כמה וכמה אז ס'דארף זיין דער ענין הצדקה, כמוזכר לעיל, אז גלייך אין תורה אור אין דעם דורך פון בחודש השלישי ביום הזה, בני ישראל מארץ מצרים באה מדבר סיני, און דעמאלט איז געווען דער ויחן שם ישראל נגד ההר כי איש אחד בלבו אחד ביז אין אחדות אמיתית, איז דערנאך גלייך געווען די צוזאמען

5דערמיט אויך די באווארעניש, אז ס'דארף זיין טאקע ממלכת כהנים און ווי אפגעטייטשט אין ספרים, אז דאס מיינט מען א דרגא פון כהן גדול, וואס בא כהן גדול פסק'נט דאך דער רמב ם בספרי הלכה ברורה, אז ענינו ביז דירתו איז דוקא אין בית המקדש, ביז וואנענט ווי ער שרייבט דארטן א ציווי, אז ער דארף גאר ניט ארויסגיין פון ירושלים, וואס דער ענין פון ירושלים איז, אז לא נתחלקה לשבטים זי איז העכער ווי אידן שטייען אין א חילוק, אין א התחלקות לשבטים, און ביז וואנענט אז דארט איז ביתו תמיד, וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז אויך די באווארעניש פון צדקה תרומם גוי און וכמוזכו לעיל אויך דער ענין אין דעם דרוש פון מתן-תורה, אז כל התורה כולה איז אן ענין של צדקה, און דאס ברענגט אויך צו צדקה כפשוטו, ווי פארשטאנדיק פון דעם דרוש, וואס דערפאר איז דאך אויך כנהוג, ביזעספס כמי אלו, אז מ'איז מסיים און חותם און גלייך נעוץ סופן בתחילתן אין דעם ענין פון צדקה, אז יעדערער און יעדערע נעמט אויף זיך די שליחות אויף אפגעבן צדקה כפשוטה, אין ממון כפשוטו,

6עולם הזה התחתון כפשוטו, ביז צו ענני כפשוטו, אדער על כל פנים צו א מוסד וואס ער איז עני און דארף האבן נאכמערער געלט כדי ער זאל קענען דורכפירן זיינע שליחות, און דאס באווארנט אויך, אז ס'ווערט דורך צדקה תרומם גוי כמבואר בארוכה, כמוזכר, אין די הערות פון צמח צדק וברמז, ובקיצור נמרץ, אין דעם דרוש עצמו, אין דעם ספר וואס ס'ווערט אנגערופן געווארן על ידי רבותינו נשיאינו, און ס'איז געווארן א שמעום אשר יקראו לו בלשון הקודש, וואס דער שם איז דאך תורת הבעל שם טוב איז מחי'און מהוה, און ביז מקיים כל הענין כולו, אז דאס ווערט תורה אור און די תכלית התורה איז דאך אז ס'זאל האבן אין זיך דעם נר מצוה, ביז וואנענט אז נאך קודם לתורה אור, און לימוד התורה עצמה איז אין דעם מקדים, ווי גערעדט פריער, דער לימוד התורה אין אן אופן ווי דארטן שטייט דער ענין פון מצוה, און ערשט דערנאך האט מען דעם דרוש וקבל שכר, וואס דאס איז תורה אור, וואס אור בכלל איז דאך העכער פון וועלט, ביז וואנענט אז אור וואס ס'איז טאקע אין אים געווען די ירידה ובריאה, ס'איז אבער געווען ביום ראשון איז זיי זיין דעמאלט געשטאנען ד

7איז דערנאך האט מען דארט ניט געקענט דערמיט משתמש זיין אין די ימים שלאחרי זה, לאחרי שבעה סימא בראשית, ולכמה דיעות נאך אין התחלה פון די שבעה סימא בראשית, כמבואר במדרשי חזר. וואס על דרך זה איז דאך הימים אלו נזכנים ונעשים ובפרט לויט תורת הבעל שם טוב, אז בכל רגע ורגע ווערט די התחוות פונקט ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה פון עצמות ומהות שלא קדמה לו סיבה ועילה חס ושלום מאין ליש ממש, און דוקא פון דעם ארט, וואס דארט איז ניט שייך אפילו צו זאגן א גדר פון א סיבה ועילה, און דאס ווערט רגע ורגע פון כל ימי חיי האדם עלי אדמות, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק פתגם רבותינו הודאה רבותינו נשיאינו, אז אפילו לאחרי מאה ועשרים שנה, איז אויך דארט אויך שייך די עלי'מחיל אל חיל ומתאים לעלי'בשנים, אין זמן ומקום גשמי, ביז ווי די ראי'בזה און די הוכחה בזה פון דער אמירת דברי אלקים חיים, דורך די נשיא דורנו,

8וואס ער האט דאס מפרסם געווען בנוגע צו אמירת פון דברי אלקים חיים פון זיין פצער, וואס ער איז געווען דער ממלא-מקומו, אז ס'איז געקומען די שנה מסויימת האט ער דעמאלט געזאגט דעם מאמר חסידות אויף דעם פאפיטל אין תהלים וואס איז מתחים למספר השנים וואס הויבט זיך אן עשרים במרחשון, כמדובר כמה פעמים. וואס אזוי איז אויך בהנוגע לעניננו, אז גלייך שוין אין יום ראשון, וואס דאס איז בדוגמא פון יום ראשון שנתל עשר עטרות, און אזוי ווערט ער דערנאך נתגלה בכל יום ראשון, על אחת כמה וכמה פון יום ראשון פון שנה זו פון ראש חודש סיון, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט תורה אור אז יעדער ענין ווערט בלויכטן מיט אלע זיינע פרטים ופרטי-פרטים, וביחד עם זה שטייט דאס בגלוי, אין אור, און ווי דאס איז בתכלית השלימות, וכידוע די מעלה פון אור, אז בנוגע צו אינו דאומר יהא לשמיע אז בנוגע לשמיע ווי אזוי נעמט מען אן ענין, גייט מען מן הפרט אל הכלל, אז דורך דערויף וואס ער הערט פרטים, האט ער דערנאך דעם

9ציון, ביז אז ס'ווערט דערנאך א ותופס פון דעם כללות הענין. משא'כן בראי איז דער סדר ההפוך, אז צום אלעם ערשטן, און גלייך ברגע הכי ראשון, אז אן ענין קומט אין אן אופן פון ראי דערזעט מען כללות כל הענין כולו, נאך איידער מ'קלייבט זיך פאנאנדער אז ס'איז שייך צו פרטים, על אחת כמה וכמה אין די פרטים עצמם, האט מען גלייך בזכירה אחת כל הענין כולו, מיט אלע זיינע פרטים, נאר די אלע שטייען זיי אין א מציאות פון דבר אחד, וואס דאס איז דאך אויך אויך מ'איז אויף א דבר יחיד. וואס דאס איז אויך בנוגע למעשה בפועל, אז וויבאלד אז מ'שטייט שוין אין התחלה פון ימי הגבלה, וואס אנגעזאגט אויף דערויף האט מען ביום ראשון, ווארום תורה בכלל איז דאך ענינה אויף מחבר זיין הפכים, וואס דערפאר איז דאך דוקא בשעת מתן תורה, ביז דעמאלט איז ער געווען אבות און שבטים און יעקב וכו בחיר שבבות וכו אף על פי כן איז נאך געווען די גזירה, אז עליונים זיינען גזירה פון לשון גזירה אפגעטיילט פון תחתונים, ועל דרך זה תחתונים, כאיז פארשטאנדיק, זיינען דאך אפגעשייט פון

10פון עליונים, אף על פי וואס זיי האבן דאך א השפעה, ביז א השפעה וואס איז פארבונדן מיט מעשה בפועל, דאס איז אבער אן אופן ווי ס'ווערט א השפעה, און די ענינים זיינען דאס אן עליון און דאס איז א תחתון, און ס'איז א גזירה, און פון לשון אויך פירוד, פון מזה לזה, און אין אופן בזה דוקא איז קיומם, וואס יש לומר אט דאס על דרך, ווי אפילו אחר מתן תורה, איז דאך דער סדר העבודה ווי רבי עקיבא האט באוויזן די וועג אויף נכנס בשלום על מנת ובאופן, אז ס'איז א זיכערע זאך אז יצא בשלום. על אחת כמה וכמה לפני מתן תורה, וואס מ'אין זעט דאך אויך בכל שנה ושנה וואס הימים האלה נזכרים ונעשים איז דאך אויך דער חידוש אין זמן מתן תורתנו, חג השבועות הבא, ווערט ביז חדשים ממש, אז מ'דערגרייכט דעמאלט אט די דרגא און די שלימות. וואס לגבי שלימות זו, איז כל השלימות וואס איז געווען אין כל השנים שעברו, איז ווערט דאס אנגערופן אז דאס איז בדוגמא אז ס'איז נאך דא דער חילוק און העדר ההתאחדות צווישן עליונים ותחתונים בשלימותה.

11און מ'דארף ווארטן על-ידי ההכנה אין די ימים שלפני זה, וואס די הכנה הויבט זיך שוין אן אין ראש-חודש סיון, און דערנאך ווערט דאס ביתר שאת וביתר זאת בימי הגבלה ממש, וואס אויף זיי האט מען שוין אויך אנגעזאגט, אין ראש-חודש סיון, און דערנאך איז מען הולך מחיל אל חיל. ובפרט אז מ'האט דאך אויך דעם סיוע פון די אלע שלימות'ן וואס מ'האט געהאט אין די חג השבועות שבשנים שעברו, און דערצו איז נאך אויך צוגעקומען די שלימות וואס מ'האט שוין אין די שבע שבתות תמימות תהיינה האט מען שוין, לע-חת ספירת העומר פון מים חס ימים פון ספירת העומר, וכידוע די דרגא פון דעם כפליים פון כ ד און מספץ וכו וואס דערפון ווערט דאך דער ענין פון מים חס, וואס דאס איז אויך מברר די צירופים פון חם, וואס דאס איז דאך די עבודה התורה בכלל.

12און דערצו האט מען גלייך די צוגרייטונג, אז מים חס ביחד עם זה איז דאך ערב פון דער ספירה הבאה לאחרי זה, און וואס זיי ביידע צוזאמען גיינען זיך אריין אין די ימי הגבלה, וואס דאס איז דאך א הכנה צו שער הנון, ביז אין שער הנון ווי דאס איז העכער פון כל ענינים פון שערים והגבלות ומדידות, ביז אז דאס ווערט דער ענין פון התאחדות, אז ישראל על ידי אורייתא ווערט חד ממש מיט קובה. און וואס דאס איז דאך פארבונדן, כמובן וגם פשוט, מיט ענין פון גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיטן שיעור תהלים וואס הויבט זיך איצטער אן, און דער סיום שלו איז, אז ס'זאל זיין ישועות משיחו הוא און דערנאך איז מען מסיים לאחרי זה, אז גלייך נאכדרען דעם ווערט בגלוי הושע את שמחך וברך את נחלתך און רוב ונעשים עד העולם וואס דאס ווערט דאך אין הוי'עין לכל אולם ועד

13דעמאלט ווערן די אלע ענינים וואס דער אויבערשטער טוט, ניט נאר ווי ס'איז געווען נשא את ראש בזמן והמשכן, לאחרי זה מידי שנה בשנה, ובפרט אין די טעג, אין די וואכן, ווי היינטיקן יאר איז דאך לערנט מען דאך דאס, און מ'לערנט מיט פרשה נשא מער ווי איין וואך, נאר שני שבועות, וכמדובר כמה פעמים. איז דארף דאך דעמאלט זיין ניט נאר אוריאם נאר אויך אין אן אופן פון ונעשים און דאס פועל'ט אויך אלס א הכנה צו עד העולם, זאל מען האבן דאס בפועל, ובפרט אז מ'איז מסיים מיט דעם ענין הצדקה, און מסיים אויך מיט נאכאמאל די דערמאנונג, אז יעדער איד איז ניט נאר ער איז מעמד בברית המשיח, נאר אויך אחכה לו בכל יום שיבוא, און דערנאך וועט בדרך ממילא-זיין די כל הענינים פון ימות המשיח, כולל דער ענין פון נהגו כבוד זה בזה ווארום בימים ההם איז אין שם לא מחלוקת ולא תחרית וכו נאר מ'קומט צו דעם מעמד ומצב פון כמים לים מכסים נאך זייענדיק אין גלות, ובפרט על ידי הפצת המעיינות חוצה, וואס דעמאלט איז דאך אויך כולל דער עמי'חיים זכו פון ימות המשיח,

14כולל אויך די ענינים ווי גערעדט איצטער בהנוגע צו ישועות משיחות און בהנוגע צו רום ונעשים עד העולם. און דאס איז נאכמער מזרז, אז נאך איידער מ'גייט אריין אין דעם טסל ספירת העומר, און על אחת כמה וכמה איידער מ'גייט אריין אין שער ענון ולמעלה מזה, האט מען שוין בפועל ביז מראה בצבעי ואומר זה, ובפרט על ידי נתינת הצדקה, באווייזט מען, אז ס'איז שוין געקומען משיח, און ס'איז שוין דא דער ורום ונעשה מעד העולם ובפרט נאך אז מ'האט שוין געלערנט און געלעבט מיט דעם נשא את ראש פון פרשה נשא, און פאר דערויף נאך די נשיאת ראש פון ווי ס'איז געווען אויך אין לפני זה, כללות מנין בני ישראל, וואס דאס איז דאך פארבונדן מתחיבתם ווי רש'י טייטשט גלייך אפ אז מתי חיבתם ענם בכל שעה, וכידוע דער דיוק בזה, אז לכאורה איז דאך א פלא הכי גדול, מ'געפינט אינגאנצן מנין בני ישראל איז געווען אינגאנצן מערניט ווי צען מאל, און פון די צען מאל וועט זיין דער צענטער ערשט בביאת משיח צדקנו, ועל ידי משיח צדקנו, און דאס זאגט רש'אז דאס איז בכל שעה,

15און דאס איז פארבונדן מיט חיבתם איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז וויבאלד אז רש'לערנט ענינים בפשטות אפילו פאר א תינוק בן חמש, וואס א תינוק בן חמש נאך לפני זה מצד חינוך דערציילט אים די מוטער אדער פאטער און די מחנכים שלו, אדער אן עלטער ברודער און אן עלטערע שוועסטער, אז ער איז חביב לגבי הקב'ה, כי תורת הבעל שם בזה. וואס דאס איז דאך פארשטאנדיק במיוחד דוקא בא קינדער, וואס זיי האבן דאך דעם ענין פון חביבות פון זייערע עלטערן, ווי כמדובר כמה פעמים, אז ווי מ'זעט בגלוי, אז ווען א קינד וואקסט אויס, איז אט דעמאלט די הורים שלו זיינען מוגבל אין באווייזן מורה באצבעו ואומר זה, אז זיי זיינען חס-חיבתם צו די קינדער, איז דאס כתורת הבעל שם טוב, צו דעם קינד איז דאס כתורת הבעל שם טוב ווי א בן יחיד שנולד להורים זקנים להורים אתה בן יחיד לא זקנתם כמדובר כמה פעמים, משא נכן ביי א קליין קינד, און וואס די קינדער קלענער בגיל בשנים, איז דער גילוי האהבה, סיי פון דעם אור און סיי פון דעם אב, איז שטייט בגלוי, ביז אפילו ווי

16זעט דאס ביי א תינוק בן יומו, זעט מען גלייך בגלויות די אהבה אמיתית ועצמית ווי דאס איז דא ניט נאר פון דעם אוהם, נאר אויך אפילו פון דעם אב, וכמדובר דוקא בגלוי, און ס'דריקט זיך אויס ביז אין מעשה בפועל, נוסף ווי דאס דריקט זיך אויס בדיבור, וואס דאס קומט דאך על-ידי מחשבה שקדמה לזה, כמדובר כמה פעמים. און ויהי רצון, אז מ'זאל ממשיך-זיין אין דער הכנה פון די שלשה ימי הגבלה, אין אן אופן אז ס'קומט די הפכים ממש, אז ישמרו לכם מנוגע בהר אפילו בקצהו, על אחת כמה וכמה פון עלות בהר נכנס ולא יצא ווי ס'איז געווען די עבודה קדושה פון בני אהרן, ס'איז געווען קודם היסור בדבר, כמדובר כמה פעמים, אז דער אויבערשטער איז מפיץ און מסייע אין הפצת המעיינות חוצה, ביז וואנענט אז אין זיי איז נאכמער בגילוי דער אנא נפשי כתבית יהבית וואס שטייט שוין אין נגלה דתורה, און דעם ערשטן ווארט, פון אנכי, איז דאס איז שוין דער ראשי תיבות שבזה, און דאס ראשי תיבות איז דאך א דרך אין תורה וואס מ'לערנט דערפון אפ ביז הלכה בפועל, אין מעשה בפועל,

17עאחת כמה וכמה ווי דאס איז אין פנימיות התורה, על אחת כמה וכמה אז אין פנימיות התורה האט מען שוין די הבטחה פון דעם אויבערשטן אז ער איז זיך אויך משתתף מה שהוא מצוה לאחרים לעשות, איז ער דער מתחיל אז ער מפיץ זיין די מעיינות חוצה, הויבט זיך גאר אן פון דער צייט, ווי מ'זעט דאס אויך בגלוי, אז ס'איז געווען א צייט וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אז מעשה מרכבה איז שייך מערניט ווי ביחיד וכו'וכו.' און דערנאך איז געקומען די צייט, ווען על ידי האריז'ל האט מען מגלה געווען, אז מצוה לגלה זאת א חכמה וואס דאס גופא איז דאך מדגיש, אז מ'דארף איר ערשט מגלה זיין, און ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, וכמדובר כמה פעמים, אז אמת'ע הפצת המעינות חוצה בשלימות האט זיך ערשט אנגעהויבן נאך די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, ועל ידי זה תורת חבב, ועל ידי זה כל הדורות שבהם אחריו, וואס יעדערן פון זיי, אפילו די וואס בא זיי איז דאס נאך ניט בגלוי, זיינען זיי אבער בפועל תלמידיו און מקבלים, על דרך ווי אלע אידן זיינען געווען מקבלים פון משה רבינו, אפילו אט די וואס בגלוי האבן זיי געהאט א שייכות, ביז אין אן אופן הפכי, איז גלייך דערנאך מתגלה געווארן א מקום נתבצר להם, און ביז וואנענט אז עשו תשובה

18הוא", און דערפון איז געווארן אין קאפיטל מ'ח'אין תהלים דער ענין פון בני קרח, וואס דוקא דערפון לערנט מען אפ אויך אין דעם מזמור הידוע אין קרוב לסוף תהלים, וואס דארט אויך רעדט זיך אויך, ומסיים וחותם אויך ווי דער ענין המשיח, איז דאס אויך פארבונדן מיט למנצח לבני קרח.

19וכמדובר כמה פעמים, ועוד והוא העיקר, אז יעדערער איז נאכמערער מוסיף בפועל בהנוגע צו צדקה, ווי דער אלטער רבי איז מדגיש און מעורר על זה אין דעם דרוש פון מתן תורה, און וואס ער הויבט אים אן אז לכאורה איז דאס דברים פשוטים, און אף על פי כן אין דערויף באשטייט דער חידוש פון מתן-תורה, אפילו לגבי אופן לימוד התורה דורך אדם הראשון, און די אבות, ביז יעקב שרשו אבות ווי ס'איז געווען קודם מתן-תורה, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז תוקף ומיד ממש איז הקבושה עושה צדקה עם כל אחד ואחת, האנשים והנשים והטף, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו הרואים ענני שמיא שטייט מען תוקף ומיד ממש בארצנו הקדושה, בירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובית המקדש, בית המקדש השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך, וואס דעמאלט איז דאך שלימות אין נשיאת ראש פון יעדער אידן און פון אלע אידן, אז צום אלעם ערשטן ווערט נתגלה אז ער האט א גוף בריא, דורך דערויף וואס ס'איז נאך צוגעקומען נאכמערער בריאות אין נשמתו,

20און נשמתא וד ממלא תפקידה, אז זי ווערט איין זאך מיטן גוף, ביז וואנענט אז מ'קען גאר ניט מבדיל זיין ביניהם, ווי על פי הלכה איז דאך דאס איין און איינציקע זאך, און אז מ'זאגט פיקוח נפש וואס דאס איז העכער פון כל התורה כולה, און דאס הויבט אויף די גאנצע תורה, ווארום ער לערנט תורה ווי אפגעפסק'נט אין דבר משנה אין פרק הששית, די ברייתא פון מסכתא אבות, דארף לערנען תורה, וואס דעמאלט איז מען זוכה לדברים הרבו, כולל די אלע פרטים וואס ס'שטייט דערנאך, ביז הוי'ימלך לעולם ועד וואס דאס מיינט מען דאך בפשטות ענין פון גאולה על ידי משיח, און ס'זאל זיין בקרוב ממש ישועות משיחו, און אנהויבנדיק פון הוי'רועו לא יחסר וואס דאס איז דאך די התחלת השיעור אין תהלים, נים זמירות און דוד מלכא משיחא, פרק כ'ג'שבו השם רואו ליחסר, און דערנאך ביז דעם סיום אין דעם שיעור שלאחרי זה, ישועות משיחות, ביז לאחרי זה אין ישועה את שמחך וערך את נכלתך הרום ונעשים עד העולם, און נתינת הצדקה וועט נאך מערער מזרז זיין און מקדים זיין, ביז וואנענט מ'וועט גיין ברינו ובשמחה לארצנו הקדושה, אנהויבנדיק פון דעם

21ניגון, הוי שיעו את עמך וברך את נחלתך, ורום ורום ורום ורום, רום ונעשים עליהו ועל עולם.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים