Paragraph
Paragraph rh-1j7afda8
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hgerfd0p
- order
- 3i
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון שלימות, ווי דאס איז אין א גאנצן אופן און אין א שלימות'דיקן אופן, אין א פולקאמענדיקן אופן, וואס דערפון דארף מען דאך האבן א גרויסע עבודה, אן ארבעט, און אן ארבעט וואס ווערט געטאן מיט דעם כל לבבך וכל נפשך וכל מאדך, וואס דוקא דעמאלט איז די ארבעט מיט שלימות אין הצלחה, הצלחה'דיקע שלימות און א שלימות'דיקע הצלחה, במילא איז דארף מען האבן, אז דער איד, סיי א מאן סיי א פרוי, זאל נעמען אויף זיך, מתוך שמחה וטוב לבב, דעם אויבערשטנ'ס שליחות, וואס אין קורצן און צוזאמען דערמיט אין א קלארן אויסדרוק, באשטייט די שליחות אין עשות לו יתברך דירה בתחתונים, אז ניט נאר אז ס'זאל ניט בלייבן קיין מעמד ומצב פון א פעלט, נאר ס'זאל זיין דער מעמד ומצב פון א שטאט וואס דאס איז א מקום משה פון מענטשן פון מן המדבר, פון די שטאט גופא ניט ווי אין דער שטאט איז דער מעמד ומצב אין די גאסן אדער אין די פארשטישן
- proofread
- 0