עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-1h5bw13x

kind
paragraph
order
Yi
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
שבו, און דערנאך איז דא אויך אין תורה דארף מען דאך האבן, ווי די גמרא זאגט, אז דאס איז אן עיקר גדול, אז ס'דארף זיין ברכו בתורה תחילה, וואס דעמאלט איז די תורה אין אזא אופן, אז די תורה איז מתאים ווי אין רצונו של הקב'ה, במילא ווערט אויך דער מגלה פנים בתורה כהלכה, ביז א הלכה וואס זי ווערט הליכות עולם לו זי פירט אן און ווערט די אנפירערין פון דער גאנצער וועלט. וואס דאס איז דער דריטער ענין אין תורה, אן אותה וואס ס'איז דא דער לימוד התורה, און דער לימוד התורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, און דערנאך דער תמכין דאורייתא, וואס ער זאגט גאר אין זהר, אז זיי זיינען גאר א ראש, נאך קודם הלימוד, קודם פון די לומדים, על דרך ווי אויך אין פסוק הויבט זיך אן מצמך זבולון, איז מערשט דערנאך דערמאנט ער ישכר דארף מען האבן אין דערוי� בתורה תחילה אז מ'איז ממשיך, און ממשיך אין אן אופן אז דאס ווערט א ברכה פון דעם גאנצן לימוד, במילא ווערט דער גאנצער לימוד דורכגענומען מיט דער ברכה. אין וואס באשטייט די התחלת הברכה? אז ער איז זיך מוסר נפשו אויף דער שליחות וואס מ'האט אים איבערגעגעבן. וטרף זרוע אף קדקי וואס בפשטות איז דאך דאס אן ענין של מלחמה, פארבונדן מיט מסירת-נפש ווי על פי דין איז אין רמב",ם אין הלכות מלכים ומלחמותיהם, אז דעמאלט דארף זיין מסירת נפשו ורצונו, אז ער טאר ניט טראכטן וועגן קיינע ענינים המבלבלים, און די איינציקע זאך וואס ער דארף טראכטן איז דאס וועגן נצחון המלחמה, על דרך זה אויך דארף דאך זיין דער לימוד התורה, אז בשעת ער לערנט תורה, איז אט דעמאלט, ווי נשיא דורנו האט
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions