Paragraph
Paragraph rh-1dcg0q70
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-2gwyygg6
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי דערמאנט פריער, און אויך ווי דער מנהג, בא די כינוסים איז מען דאך מסיים, נאך דערויף ווי מ'האט געדאווענט מנחה צוזאמען אן ענין של תפילה, און נאך דערויף ווי מ'האט געזאגט די צוועלף פסוקים ומאמרי רזיל, אן ענין פון תורה, אויך מיט דעם ענין של צדקה במיוחד, פארבונדן מיט דער תפילה און פארבונדן מיט די לימודים בתורה, וואס דאס האט אויך א פארבונד מיט האמור לעיל, און מיט דעם ענין הגאולה, ווי דערמאנט, אז גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה זי מאכט די גאולה נאכמערנטער, וואס דערפאר איז דאך אויך וואס מ'גיט עטלעכע מטבעות אויף צדקה, כדי ס'זאל זיין מער ווי אן איינציקע זאך, נאר דאס זאל ביי אים פארנעמען מערער פלאץ, ובפסח איז דאך דא די צוויי ברירות, אז מ'קען פארבינדן דאס מיט פסח, אדער געבן דריי מגבות אנטקעגן די ג'מצות וואס מ'נוצט ביים סדר, אדער געבן פיר מגבות אנטקעגן די ד'כוסס וואס מ'נוצט ביים סדר, וואס דאס איז דאך פון די מצוות עיקריים מן התורה ומדרבנן, ביים פראווען דעם סדר, איז צווישן אט די ברירה איז זעלבסט-פארשטענדליך, אז דער מקבל וועט זיין מער צופרידענער ווען ער וועט באקומען פיר ווי ער וועט באקומען דריי, דאס האט אבער אויך אין זיך א מעלה, אז בשעת מ'גיט פיר האט מען דעמאלט ביידע זאכן, און מ'האט גריי מטבעות, און מ'האט נאך א פערטער מטבע, און דערנאך האט מען אויך אלע פיר מטבעות צוזאמען, האט מען די ביידע מעלות און די ביידע אויפ אן פון די דריי זאכן און פון די פיר זאכן.
- proofread
- 0