עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-1d7233xk

kind
paragraph
order
On
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דער בא-כח דערפון איז בשעת ס'קלייבן זיך צוזאמען עשרה שיושבים ועוסקים בתורה, איז אט דעמאלט ווערט דאס דער פארשטייער, און אין זיך כולל, דעם גאנצן עדה קדושה פון דעם גאנצן אידישן פאלק, אנשים נשים וטף, און ווי דערמאנט פריער אין אזא מעמד ומצב, אז זיי זיינען אלע אין אן אופן שיושבים, אז דער אויבערשטער בענטשט זיי יעדערן פון זיי און אלעמען צוזאמען, אז זיי קענען שטיין אין אן אופן פון התיישבות, ווי רש'י טייטשט אפ בנוגע צום פסוק פארבונדן מיט יוסף הצדיק, וואס דאס איז דאך אויך דער ערשטער נאמען פון דעם בעל הגאולה, זאגט מען דאך אויף דערויף אויך, אז בשעת מ'זאגט דעם לשון יושב יין טוב איז מיינט מען דאס לישב בשלוה אזוי איז אויך דער עשרה שיושבין, האט מען גלייך די ביידע אנווייזונגען. די ערשטע אנווייזונג, אז א איד, וואו נאר ער געפינט זיך, און וועלכן מעמד ומצב ס'זאל ניט זיין, איז באמת ובפנימיות שלו, און דורך זיין נשמה, ווערט דאס גלייך א מספר שלם און א שלימות דאס איז צען ווי זיי שטייען אין איין און איינציקן אידן, אפילו ווען דאס איז ניט דוקא אנשים נשים, נאר אפילו ווען דאס איז א קליין קינד, האט ער שוין א חלק אלוקה ממעל ממש, און וויבאלד אז דאס איז א חלק, און ווי דער בעל הגאולה האט דאך מערערע מאל געזאגט העצם כאשר תופס בחלקו אתה תופס בכולו האט מען דעם גאנצן אידישן פאלק אין אט דעם איין און איינציקן קליין קינד, ווי דאס איז ווערט אלץ פארגעשטעלט און אויסגעשטעלט דורך זיינע עשר כחות הנפש, וואס דאס באקומט ער דאך גלייך ווי ער ווערט געבארן, אפילו נאך קודם שהגיע לחינוך ווערט ער שוין געבארן א געזונטער קינד, אן אינגעלע אדער א מיידעלע, און זי האט אלע עשר כחות הנפש,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions