עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-1cvhfyjs

kind
paragraph
order
Cp
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
קודש איז דאס גורל, איז דער שם בלשון פרסי איז דאס פור הוא הגורל, און וואס איז נקבע געווארן און געבליבן אזוי לדורי דורות? איז דאס דוקא דער נאמען פון פור ואדרבא אין דערויף האט מען נאך מוסיף געווען פורים, און מ'האט דערנאך אויך אויפגעטאן, אז דאס וואס יום הכיפורים בשעת מתן תורה האט דאס באקומען דעם נאמען פון יום הכיפורים איז דאס פארבונדן דערפאר וואס דאס איז כפורים אז פורים איז נאך העכער דערפון, און דאס איז אבער על כל פנים כפורים איז דערפאר האט דאס דעם ענין הגורל און האט דעם ענין פון אחת בשנה, און האט דעם ענין פון אחת בשנה יכפר אז ס'ווערט דער ענין פון כפרה, ווי דאס איז תכלית השלימות, וועט דער עיקר אפטייטש אין כפרה ניט סתם וואס מ'איז מבטל די ענינים בלתי רצויים, נאר ס'ווערט דער תכלית השלימות, און וואס דאס איז אין יום הכפורים, און דערנאך איז נאך העכער דערפון אין פורים, און אזוי ווערט דאס איבערגע'חזר'ט מידי שנה בשנה, אבער ניט נאר איבערגע'חזר'ט ווי ס'איז געווען לפני זה, אדער אפילו ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, ווען ס'איז געווען דער ענין פון נס פורים,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions